Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 121
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-644

יי דיש לאַָדוש 117 דעם זעלבן פאַרנאַכט האָט מען שוין געװוּסט אין געטאָ, אז די דייטשן פאַרלאַנגען מען זאָל זיי צושטעלן אלע די װאָס זענען אַנטלאָפן פון שפּיטאָל. מיט ליסטעס אין די הענט אין די יידישע פּאָליצײי (א. ד.) ארומגעגאנגען זוכן די קראַנקע װאָס זענען געווען פארשריבן אין דער עווידענץ פון די שפּיטעלער פארן 1טן סעפּטעמבער 1942. װי אין א סך פריערדיקע פאַלן האָט אויך דאָס מאָל געשפּילט א גרויסע ראָל? פּראָטעקציע. רומקאָווסקיס מענטשן זענען אויסגעטוישט נעװאָרן ‏ פאר אַנדערע אומגליקלעכע קרבנות און אין סך הכ? האָט די שפּיטאָל-אַקציע צונענומען אן ערך 00-600? מענטשן און האָט נישט איבערגעלאָזט קיין ספק, אז די צוגענומענע גייען אויף פארניכטונג.

passage_ae2ddf8a916f12d4a394eac6
Passage 2normalized OCR · source chars 646-1395

װוי שטענדיק אין טעג פון דירעקטער און אַקטיווער שרעק האָט אויך ראָס מאָל אָנגעיאָגט אין געטאָ דער פאָראויסזאָג, אז דאָס געשעענע אין א פאָרשפּיל פון דעם װאָס װוערט דער- װאַרט. שוין דעם אַנדערן טאָג, מיטװאָך, דעם 2טן סעפּט. האָט מען אין געטאָ געװגסט, אז די דייטשן פאַרלאַנגען פון רומקאָווסקין ער זאָל זיי ארויסגעבן אלע קינדער אונטער צען יאָר און די אומפעאיקע אַלטע לייט. אין יענע שעהן איז דאָס נאָך נישט געווען אָפיציע?. אָבער אזוי גיך וי די קלאַנגען האָבן זיך צעטראָנגן האָט דער דורכשניטלעכער געטאָ-ייך נע- װוסט, אז ס'איז אמת , אויב אפילו ס'איז דערווייל נאָך נישט אמת..." פאר די אַרבעטסירעסאָרטן האָבן זיך גענומען זאַמ- לֿען קינדער, מאַנכע מיט עלטערן אנדערע אליין אָדער מיט אן עלטערן ברודער און שוועסטער מיט איין צװעק: פאר- שריבן צו ווערן אלס ארבעטער.

passage_21698c62feabcf1ce4775d67
Passage 3normalized OCR · source chars 1397-2082

מאַנכע פאַבריק - לייטערס האָבן געגעבן אינסטרוקציעס, אז װוּ נאָר מענלעך זאָל מען צונעמען קינדער צו דער ארבעט, אויב ס'איז פאַראַן א צוייפ? אין עלטער איז צונעמען און פארשרייבן 10 יאָר אַלט (גלאַזער, דער דירעקטאָר פון שניי- דעריי אויף דואָרסקע, האָט די דאָזיקע אנווייזונגען געגעבן צו זיינע באַאמטע אין ביידע פאבריקן און אין דער פאבריק פון מרדכי נבאי'ס 19), אַנדערע לייטער האָבן געהאַלטן פון זיין פאָרמעל ביז גאָר און געשלאָסן די עווידענץ פאַרלאַנגנדיק, אז די װאָס ווילן אָנגענומען ווערן צו ארבעט זאָלן ברענגען א באשטעטיקוננג פון אַרבעטס-אַמט אויף דער לוטאָמיערסקע 1 (באַקאַנט אונטערן נאָמען , שעניצקי'ס מלכות"). אָבער אויך דאָ האָט אין די ערשטע שעהן געשפּילט א גרויסע ראָל באַקאַנטשאַפט. |

passage_6b620ec0f02fbaa76f934706
Passage 4normalized OCR · source chars 2084-2898

דאָנערשטיק איז דאָס געאַנטע געװאָרן באשטעטיקט. די בהלה אין געטאָ איז געװאָקסן ביז משונעת. דאָס מאָל זענען עס שוין נישט געווען מער קיין רייען פון קינדער װאָס האָבן זיך נעזאַמלט פאר די רעסאָרטן נאָר מאַסן נאַנצע, מיט פּחד אין די אוינן און האָפּנונג קעגן יעדער לאָגיק װאָס האָט נע- פּרוווט באַוייזן, אז ס'איז קיין האָפּנונג מער נישטאָ. די טויערן פון אלע פאבריקן זענען אָבער שוין געווען געשלאָסן. (רומקאָווסקיס באַפעל?) בלויז דאָ און דאָרט אין א טיכטיקן אַרבעטער געלונגען איבערצוציינן זיין לייטער, אז אויב זיין משפּחה-מיטגליד װועט נישט פארשריבן ווערן איז ער גרייט זיך אָפּזאָגן פון דער אַרבעט און מיטניין מיט דעם יונגערן קינד װוּאַהין דער נורל? זאָל נישט ועלן. אָבער אויך דאָס פאַרשריבענע קינד האָט פאַרשטאַנען, אז דער נסיון דאַרף נאָך קומען, אז דאָס פארשרייבן אין נישט מער װי א האָפנונג, אָבער נישט קיין פארזיכערונג,

passage_cbda9b7590f1bef5d1add61b
Passage 5normalized OCR · source chars 2900-3510

דער נאַקעטער פּחד אין געלעגן אַמשטאַרקסטן אין די אוינן פון די קינדערלעך, די קרבנות. פארן געטאָיקינד אין אַכט יאָר געווען שוין אן עלטער פון דערפאַרענער רייפקייט. איצט, אז דער טויט האָט זיי אויפנעפאָדערט זיך צוצושטעלן, זענען זיי זיך געווען פולשטענדיק באַוװװווסט װאָס דאָס מיינט און האָבן פאַרשטאַנען וי קליין עס זענען זייערע אויסזיכטן אויף ראַטעווען זיך. װי א תחום האָט די לאַגע געשפּאָלטן די צוויי קלאָסן געטאיאַנער די דערװואַקסענע, װאָס האָבן נישט געקענט העלפן און די קינדער װאָס האָבן מיט אויסטערלישער רייפקייט פאַרשטאַנען זייער איינענע לאַנע. דאָס זעלבע אויך מיט זקנים, וועמענס נור? איז נגעווען א נעחתמ'עטער.

passage_c7a4236668556cbee9852aa4
Passage 6normalized OCR · source chars 3512-4277

געווען אייניקע פאַלן ווען קינדער פון אַכט יאָר האָבן זיך אָנגעגעבן אלס צעןיאָריקע כדי פארשריבן ווערן וי אר- בעטער אין רעסאָרטן. די אָננעמער צו דער אַרבעט האָבן אפילו אין מאַנכע פאַלן געװוסט, אַזן ס'אין א קיגן -- אָבער זיי האָבן זיך געמאַכט נישט וויסן. אין אלגעמיין אָבער זענען דאָס געווען נאָר פאַלן מיט ספּעציפישע סיבות. אויך די דאָזיקע פאַלן זענען אין יענעם טאָג ניך פארטרוקנט געװאָרן, אויפן באַפּעל פון רומקאָווסקי (אויפן סמך פון דער געטאָ-פאַרװאַל- טונג?) איז דער סטאַטיסטישער אַמט און דער ארבעטסאַמט (שעניצקיס מלכות) געשלאָסן געװאָרן. אין נאָס און אין די ארבעטס-ערטער אין באַקאַנט געװאָרן, אז פרייטיק נ. מ. דעם 4טן סעפּט. װעט רומקאָווסקי רעדן צו דער געטאָ עפנטלעכ- קייט אין גרויסן פּלאַץ פון די פייערלעשער אויף לוטאָמיער- סקא 15 ועגן דער נייער לאַנע אין געטאָ.

passage_90988fc3b3287a8f32dcaa59
Passage 7normalized OCR · source chars 4279-5226

ס'איז װוי יעדעס מאָל אין אזא לאַגע, דער געטאָ באַקאַנט געװאָרן אלע איינצלהייטן פון דער גזירה. די דייטשן האָבן געגעבן רומקאָווסקין א באַפעל, צוצושטעלן פאר דער ראָל- קאָמאַנדע 20.000 קינדער און זקנים פון געטאָ. דאָס האָט איינגעשלאָסן אן ערך אלע קינדער ביז 10 יאָר װאָס האָבן זיך געפונען אין געטאָ און די איבער 00 יאָר. די אויפגאבע איז אָנפּאַרטרױט געװאָרן רומקאָווסקין אדורכצופירן זי מיט דער הילף פון דער יידישער אָרדנונגס-דינסט (געטאָיפּאָליציי). מען האָט אין געטאָ געװוסט, אז אין ראַדאָגאָשטש ביי דער באַן" סטאַציע (מאַרישין, אין געטאָ) װאַרטן שוין לאַסט-װאַגאַנען פאר די װאָס וועלן גענומען ווערן. רומקאָווסקיס רעדע צו דער געטאָ באַפעלקערונג האָט נישט מער װוי באַשטעטיקט די איינצלהייטן. זעט אויס, אז אין יענעם מאָמענט האָט אפילו רומקאָווסקי געצווייפלט אויב דאָס געטאָ װועט דערלאָזן אַדורכפירן די גזירה. זיין רעדע האָט געמאַכט אויף די צוהערער א שוידערלעכן איינדרוק, אָבער זי האָט געהאָט די אויסטערלישע ווירקונג פון באַרואיקן, דורך גייסטיק צעברעכן.

passage_91501a92d68d1902ba12f1d1
Passage 8normalized OCR · source chars 5228-5667

נאָכדעם וי זיינע משרתים האָבן גערעדט, נאָך רומקאָװו- סקיס היסטעריע, נאָך די געויינען פון דער פארזאַמלטער מאַסע, איזן דער עולם זיך צעגאַנגען מיטן גייסטיקן יאוש װאָס באַגלייט אן אבל אין קעגנװאַרט פון טויט פון א נאֶענטן. דאָס געטאָ איז באַשטאַנען פון טויזנטער נישט אַרגאניזירטע יחידים, ואָס יעדער פון זיי האָט געטראָגן א פּערזענלעכן אומגליק מיט זיך, אָבער פון זייער צד, האָט דער מושל פון מלכות נעטאָ מ. ח. רומקאָווסקי נישט געזען קיין סכנה, אן

passage_ac44c207863a2bba5c7b8e2e