118 אברהם ציקערט --- אזוי האָבן מיר געלעבט ... דאָס געטאָ זאָל פולשטענדיק ליקווידירט ווערן. ס'איז אפילו מענלעך, אז נאָך דער גורלדיקער פּנים לפּנים באַגעגעניש, האָט רומקאָווסקי געװוּסט, אז ער מעג שוין אָנהויבן די טעכנישע צונרייטונגען כדי אויסצופירן דעם דייטשן באַפעל. דורך באַקאַנטמאַכוננען אין גאַס איז דערקלערט געװאָרן, אז פון שכת, דעם 5טן סעפּט. 5 נ. מ. הויבט זיך אָן אַן אלגע- מיינע שפּערע און די גאַנצע נעטאָ באפעלקערונג מוז בלייבן אָפּנעלאָסן אין זייערע ווין-הייזער, װי לאַנג די שפּערע דאַרף אָנהאַלטן אין נישט געזאָגט געװאָרן, אַן אנדייט איז געגעבן נגעװאָרן אין דער פאָרם פון ,ביז צום אֶפּרוף". אן אויסנאָם איז נעמאַכט געװאָרן פאר אזעלעכע באאַמטע װאָס האָבן נעהאָט א ספּעציעלע דערלויבעניש צו פארקערן אין גאָס אין צוזאמענהאַנג מיטן , אויספירן זייערע אַרבעטס- פליכטן",
צו דער דאָזיקער גרופּע האָבן נעהערט אין דער ערשטער ריי די יידישע פּאָליציי. דער פּריז פון זייער מיטארבעט איז געווען; א ספּעציעלע טענלעכע צוטיילונג פון שפּייז און א הויז ווו זיי האָבן געקענט אױיסבאַהאַלטן זייערע קינדער און אַלטע לייט פון דער גזירה ואָס זיי אליין האָבן געברויכט אדורכ- פירן איבער די אַנדערע קינדער און אַלטע פון געטאָ. היות רומקאָווסקי איז נישט נגעװוען זיכער, אויב די פּאַליציי אליין וװועט זיין בכוח אויסצופירן זייער אַרבעט, זענען צו דער פֹּאָ- ליציי אויך צונעטיילט געװאָרן די פייערלעשער און נאָך פאַר- האַנדלונגען וועגן , פּרייז" ד. ה. פאר דער טעגלעכער שפּײי- ראַציע און די פאַרזיכערונג פון זייערע קינדער זענען אויך אריינגעצויגן געװאָרן אין דער אַרבעט די ,ווייסע גוארדיע", די טרעגער פון באַלוטער פּלאַץ װאָס האָבן געאַרבעט אין אַפּראָװויזאַציע-אָפּטײ? ביים אויסלאָדן מעל א.א. קאַלאָ- ניאַל שפּייזן,. אזוי ארום זענען נלייך אין אֶנהוֹיב פּריוויליגירט געװאָרן עטלעכע טויזנט קינדער און אַלטע לייט. אַנדערע געטאַיאַנער האָבן נעדאַרפט פאַרנעמען זייער אָרט כדי די צאָל פון 20.000 זאָל פארפולט וערן.
דערפאַרענע האָבן שוין געװונסט, אן נישט שטענדיק מיינט דאָס װאָס ווערט געשריבן פּונקט אזוי וי עס איז געשריבן. נאָך די דעפּאָרטאַציעס פון די וינטער-חדשים, האָט 20,000 קינדער און אַלטע געקענט הייסן אויך אן אַנדערע צאָל און נישט בלויז די צויי גרופּעס. ס'האָט געקענט הייסן קראנקע, געזונטע. ס'האָט באַשיינפּערלעך גע- הייסן קינדער אחוץ פון די פּריווילינירטע. האָבן טאַקע מאַנכע געטאַיאַנער װאָס האָבן געהאָט א צוטריט צו דער געטאָ-פאַר- װאַלטונג דורך זייער אַרבעט, אָדער אפילו צו יחידים פון דער געטאָ-פאַרװאַלטונג, אויסנעבעטן ביי ,זייערע? דייטשן, א שטיק? יחוס-בריוו װאָס האָט זיי געזאָלט באשיצן פון פאַלן א צופעליקער קרבן און ווערן ארויסגעשיקט פון געטאָ. אזוי ארום איז דער קריין פון קרבנות כסדר קלענער געװאָרן אין צאָל פון משפּחות און איז דערפאַר געװאָקסן סכנותדיק צווישן די יחידים פון די משפּחות װאָס האָבן נישט געהאַט קיין שום פּראָטעקציע. אָבער שוין אין משך פון ערשטן טאָג אין פאר דער היט- לעריסטישער מאַכט קלאָר געװאָרן, אז מיט יידישע הענט ועט דויערן צו לאַנג צונויפזאַמלען די געפאָדערטע צאָל. די דייטשע רוצחים האָבן נענומען אדורכפירן די אַרבעט פון צונוים- קלויבן די צװאַנציק טויזנט קרבנות אין די איינענע הענט.
דורכן שטח פון צייט איז היינט קלאָר, אן דאָס געטאָ אין דעמאָלט געשטאַנען פאַר אַן אַלגעמײינער סעלעקציע. די באַנע- מונג פון די דייטשע סעלעקטאָרן איזן געווען פאַרשידנאַרטיק נאָר אין דער גרויסקייט פון זייער בעסטיאַליטעט. מאַנכע האָבן זיך באַנוגנט מיט אַדורכפירן די סעלעקציע און ארויס- פירן זייערע קרבנות, אַנדערע האָבן צונעגעבן אביסל פון זייער אייגענער איספּראָװיזאַציע. געווען א פאַל וען א יידי- שער לערער (סוכאַװאָלסקי, א ליטווישער ייד װאָס האָט פאר דער מלחמה נעפירט א שאָקאָלאַדע און כאַלװע-פאַבריק אין לאָדזש) האָט אין הויף בזשעזשינער 42 נעוויזן זיין , אייזער- נעם" בריוו צו דעם אדורכפירער פון דער סעלעקציע. דער רוצח האָט דעם בריוו כלומרשט געלייענט דערנאָך האָט ער אים צעריסן און איבערנגענעבן דעם לערער צו דער יידישער פּאָליציי ארויפגעפירט צו וועגן אויף די ווענענער װאָס האָבן באגלייט די סעלעקטאָרן. אַנדערע האָבן דערשאָסן א קרבן דאָ און דאָרט. אין דער געטאָ נאס האָט געהערשט א װאַס- כאַנאַליע פון מערדעריי. אזוי למש? האָט זיך אין א טייל פוֹן געטאָ ווו די סעלעקציע איז שוין געווען אדורך, פארשפּרייט א קלאַנג, אז די גרינצייג פארטיילונג װועט זיך אֶנהוֹיבן נאָכ- מיטאָג. ווען הונדערטער יידן זענען שוין געשטאַנען אין דער ריי פּאַרן טויער פון גרינצייג מאַרק האָט זיך באוויזן אן אויטאָ מיט דייטשע רוצחים ואָס האָבן באַשאָסן די רייע און נע- הרג'עט צענדליקער צווישן זיי. דאָך איז דאָ און דאָרט נע- לונגען א יחיד זיך אוױיסצובאַהאלטן פון דער נזירה.
איך אליין, דעמאָלט אלט זייענדיק 16 יאָר, בין געווען א שיקיינג? אין דער הויז פארוואלטונג אדמיניסטראציע. דינסטיק, דעם 8טן סעפּטעמבער, האָט א יידישער פּאַליציאַנט געבראַכט צו אונדז אהיים א העקטאָגראפישן בעפעל איך זאָל זיך צושטעלן פאר דינסט אויפן באלוטער פּלאץ, 4 נ. מ. דער באַלוטער פּלאַץ איז געווען ממש אוױיסנעשטאָרבן, די באאמטע װאָס האָבן זיך געפונען אויף דינסט זענען געווען באַהאַלטן אין זייערע ביוראָען און געװאַרט אויף זייערע נורלות אומ- באַהאָלפענע. ארום 9 אָוונט איז אריין אין ביוראָ פון די שיק- יינגלעך א פייערלעשער און איבערנעגעבן דעם מחבר פון די שורות א פּעקל מיטן זיג? פון יידישן דירעקטאָר פון מעטאַל- אָפּטײ? 1, אַדרעסירט צו דעם לייטער פון דער געטאַיפאַר- װואַלטונג ביבאָוו יש"ו, וועמענס ביוראָ האָט זיך נגעפונען אויפן אַנדערן עק פון באַלוטער פּלאַץ. אריינקומענדיק אין זיין ביוראַ האָב איך געטראָפן אים זיצנדיק ממש טויט שיכור אין א צע- כראַטשעט העמד אין א פינצטערן ביוראָ אין וועלכן ס'האָט זיך נאָך נעקלאַמערט דאָס לעצטע שקיעה ליכט. ביבאָוו האָט א באַזאָפּענער געפרענט װאָס כ'וויל. דערנאָך האָט ער צונע- נומען דאָס פּעקל װאָס איך האָב אים דערלאַנגט און געזאָגט האַלב צו מיר און האַלב צו זיך; ,אויך דו וועסט נגיין, איר וועט אַלע גיין, אלע יידן אָן אויסנאם, , דאָס נעטאָ איז קאַפּוט?, די פאַרקאַקטע קאָמאַנדע האַלט נישט דעם אָפּמאַך.." איך בין געשטאַנען און געװאַרט נישט ויסנדיק אויף װאָס, דאָס האָט אָנגעהאַלטן א ווילע, ביז ער האָט אָנגעצונדן א ביוראַ-לעמפּ? אויף זיין טיש, האָט זיך אומגעקוקט און מיך דערזען, לאַננזאם האָט זיך זיין האַנט צונערוקט צו דער קעשענע. עס האָט זיך מיר געדוכט, אז ער זוכט זיין רעװאָל- ווער. איך האָב זיך אויפגעכאַפּט און בין אַנטלאָפן, א קורצע
וויילע דערנאָך האָט מען אויפן באַלוטער פּלאַץ געװוסט, אַז