Original scan
Original memorial-book scan 123
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1065

יידיש לאָדוש 119 ביבאָוו האָט גערופן צו זיך דעם , יודען עלטעסטען", ער האָט אים צעשלאָגן און אויך אים געדראָט מיט א רעװאָלװער, אויך רומקאָווסקי איז אַנטלאָפּן פון דעם סכנותדיקן ביבאָוו, וועמען ס'האָט זיך אויסגעדאַכט, אז זיין קרעמל פון יידישע שקלאַפן פּאַקט זיך איין. אָט דאָס איזן געווען די , שפּערע". די אבסאָלוטע הער- שער איבערן געטאָ זענען אין יענע טעג געװען רי , ראָל- קאָמאַנדע?" און וייזט אויס, אן אפילו ביבאָוו האָט נישט געוװוּסט אויב זיי װעלן האַלטן דעם , אָפּמאַך" אָדער אינגאַנצן ליקווידירן זיין נעשעפט, די שפּערע האָט אָנגעהאַלטן א גאנצע ואָך. זי האָט פאר- שלונגען נישט נאָר קינדער, אַלטע אָדער קראַנקע. די צאָל קרבנות איז אָבער נישט דערנאַנגען ביז 20.000, דערפאַר אָבער האָט רומקאָווסקי , גענעבן' זיין אייגענעם קרבן -- די קינדער פון די יתומים הייזער פון געטאָ אין מאַרישין. רומקאָווסקי, וועלכער איז פאר דער מלחמה געווען באַקאַנט װי דער אפּוטרופּוס פון יידישן יתומים הויז אין העלענווועק, האָט ביזן צו דער שפּערע געשפּילט די ראָל פון א באַשיצער פון די געטאָ יתומים. ער האָט דאָס שיקן פון די יתומים צו אַ זיכערן טויט באַטראַכט וי אַ , פּערזענלעכער" קרבן.

passage_2cbe77b65dd96c234d13cb0d
Passage 2normalized OCR · source chars 1067-2110

מיטן אָפּרוף פון דער שפּערע, זענען מיט פּרעציזער דיי- טשער צינישקייט , באַפרייט" געװאָרן אלע די װאָס האָבן זיך נאָך געפונען אין געטאָ. ביבאָוו האָט ארויסגעגעבן א רוף צום געטאָ צו שטעלן זיך צוריק צו דער אַרבעט כדי אָנצואָגן די פארלוירענע פּראָדוקציע פון דער , רו-פּױזע" (לויט די ווער- טער פון זיין אויפרוף). זעט אויס, אז פּונקט וי רומקאָווסקי האָט נישט געװווסט וויאזוי דאָס געטאָ ועט רעאַגירן ביים אָנהױיב פון דער נזירה, אזוי האָט דער הויפּט-פארברעכער פון דער געטאָ-פאַרװאַלטונג נישט געװװווסט, וויאזוי דאָס געטאָ וועט רעאַגירן נאָכן אַדורכפירן דעם פיזישן כרת. אָבער דאָס געטאָ איז געווען אזוי אומבאַהאָלפן נאָכן חורבן שפּערע וי פארן אֶנְהוֹיב פון דער גזירה. די פאבריקן האָבן זיך נעעפנט, די שפייז - געוועלבער האָבן אָנגעהויבן ווידער פארטיילן די ראַציעס און מיטן אֶנקום פון די ימים טובים האָט דאָס געטאָ ווידער געאָטעמט סמיט שווערע אַרבעט, פאר דער רעסאָרט- זופּ פון יום כיפּור טאָג האָבן די ארבעטער אין זייערע פאבריקן באַקומען פון רומקאָווסקיס קיך א יום-טובדיק טשאָלנט װאָס איזן באַשטאַנען פון קאַרטאָפ? מיט קילאָריבן. אַלעס איז ,נאָרמאַל", 1943

passage_458888e33cf31127ba76c6ff
Passage 3normalized OCR · source chars 2112-2914

אויב ס'איז פאַראַן א פּסיכישע צעטיילונג אין דער איינ- שטעלונג פון דער געטאָדבאַפעלקערונג, אויב ס'פרעגט זיך ווער צי האָט די געטאָדבאַפעלקערונג זיך אַזױ שטאַרק איינגעלעבט אין דער נישט נאָרמאַלקײט, אַז זי האָט אָנגעהויבן באַטראַכטן דעם מצב אַלס נאָרמאַלן -- איז דער ענטפער: יאָ. דער פּסיכי שער איבערברוך איז געווען די שפּערע. גלייך וי דורך טויזנטער באַהאַלטענע ועגן, דורך דעם ביסל? געהיימע ידיעות װאָס דאָס נעטאָ האָט פאַרמאָנט און דורך דעם װאָס דאָס געטאָ האָט איבערנעלעבט --- װאָלט דער גור? געזאָגט;: ביז איצט האָט איר געקוקט אויף דעם פאַרמלחמהדיקן לעבן װי אויף דאָס נאָרמאַלע װאָס איר האָט פאַרלוירן; איצט דרייט אויס דאָס פּנים צו דער אַנדערער ריכטונג און קוקט צו דער צו- קונפט, צו דער איינציקער האָפענונג פון אויסדויער. דאָס נאָרמאַלע איז דער היינט, דער הונגער, די קעלט און פאַר מאַנכע --- אויסדויער,

passage_98acecdaab1ba5622aa2def2
Passage 4normalized OCR · source chars 2916-4509

אין דעם נייעם פּסיכישן צושטאַנד פון געטאָ איז געװאָרן ,נאָרמאַל?" צו טראַכטן, אַז דער דייטש פאַרמאָגט מענטשלעכע רעכטן װאָס געהערן נישט דעם געטאָ-מענטש. די אייגענע, טי אין דער הויט איינגעברענטע אַנדערשקייט, האָט זיך אויס- געדריקט אין קלייניקייטן װאָס זענען אויבערפלעכלעך כמעט נישט באַמערקט געװאָרן און אָפּנעװוישט געװאָרן פאַר דער געשיכטע. ס'איז געווען ,נאָרמאַל", ל?משל, צו באַטראַכטן אַלס ;הויך אנשטענדיק" אַ מיטגליד פון דער געטאָדפאַרװאַלטונג, װאָס פלענט קומען אין אַ פאַבריק אַריין און רעדן, נישט חלילה, וי אַ גלייכער צו אַ גלייכן, נאָר סתם מענטשלעך צו אַ יירישן מייסטער, אָדער פאַבריקס-לייטער, אויב אזא דייטש האָט נאָך אַמאָל פאַר אַן אַרבעט איבערנעלאָזט א פּענעצ? ברויט מיט עפּעס װאָס אינעװייניק, אין ער געװען -- שוין באַלד אַ מלאך. דאָס, נישט נאָר פאר דעם װאָס האָט געהאָט דעם קאָנטאַקט, נאָר אויך פאַר די אַרומיקע. ס'איז געווען אַ פאַל, אַז אַ קינד פון דער משפּחה נאַזשיצע, אויף מלינאַרסקע 18, איז קראַנק געװאָרן און דער עלטערער ברודער, װאָס האָט גע- אַרבעט אין , מעטאַ? 2" אויף סמאָנאָווע, האָט פון א מיטנליך פון דער געטאָדפאַרװאַלטונג באַקומען -- אַ פּעקעלע מעדיקאַ- מענטן פאַרן ייננערן ברודער. נאַזשיצע האָט, נישט וי אַ באַ- צאָלונג, נאָר וי אַן אויסדרוק פון דאַנקבאַרקײט, געבראכט דעם דייטש ביי דער נאָענטסטער געלעגנהייט א נאָלדן קייטעלע מיט אַ זיינערל, װאָס די פאַרשטאָרבענע מאַמע האָט איבער- געלאָזט (מסתמא געווען אַ כלה-מתנה). דער דייטש האָט גאַנץ פיין צוגענומען די מתנה און האָט נאָזשיצען געבראַכט דער- פאַר אַמאָל אָדער צוויי, קליינע ברויט-פּעקעלעך (מסתמא זיין געשעפטס איבערבייס). פאַרשטענדלעך, אַז אַזאַ זאַך איז געטאָן געװאָרן אין געהיים, אָבער אין אונדזער משפּחה -- װאָס האָט

passage_06498e2c7ae7e3a4206af070
Passage 5normalized OCR · source chars 4510-4624

געוווסט פון דאָזיקן פאַל, איז אָט דער אומבאַקאַנטער דייטש באַטראַכט געװאָרן װי אַן אויסערגעוויינטלעך גנוטער מענטש.

passage_56f7ebdf2caf6602816d60f5
Passage 6normalized OCR · source chars 4626-5714

אָט די פּסיכישע איינשטעלונג איז געווען דער גורם דערצו אַז דאָס געטאָ זאָל באַטראַכטן די לאַגע פון באַלד נאָך דער שפּערע װי אַ בעסערע לאַנע וי פריער. ס'איז פאַראַן אין יחידישן זכרון פון לאָדזשער געטאִיאַנער אַן אַלגעמײן בילר פון אַ גרויזאַמקײט װאָס הייסט שפּערע. אָבער ס'איז פאַראַן אַ סך אַ ברייטער בילר װאָס דערמאָנט, אַן באַלד נאָך דער שפּערע, ווען דוד גערטלער האָט איבערגענומען דעם מלכות איבער דער זאָנדער-פּאָליצײי, האָט דאָס געטאָ אַרינבאַקומען מער עסן וי פריער. מען האָט געטיילט דרייצענער קילא קאַרטאָפל, באַלד דערנאָך -- 26ער קילאָ און באַלד דערנאָך טאַקע 39ער קילאָ ראַציעס. א, יאָ, אַ גרויסער טייל פון די װאָס האָבן איבערנעלעבט האָבן אָט די דאָזיקע ראַציעס נישט פאַרגעסן. אויב אַפילו זיי האָבן יאָ פאַרגעסן, אַז פאָרמע? זענען די קאַר- טאָפל פאַרטיילט געװאָרן פאַר גאַנצע זעקס חדשים (ד.ה. אִן ערך 40 דעקאָ קאַרטאָפּל אַ טאָג, אַלס די הויפּט-באַשפּייזונג צוזאמען מיט 25 דעקאָ ברויט). אין געטאַ האָט מען נישט גערעכנט פאַר ווען מען ניט די ראַציע, נאָר ווען מען גים זי ס'איז אויך נישט געווען נאַנץ קלאָר פאַרװאָס ס'איז מצד די דייטשן נעקומען די ענדערונג פּלוצים צו אַזאַ גרויסצוגיקיים,

passage_62d66e52ccd0fc8fefc7a921