10 אברהם ציקערט -- אזוי האָבן מיר געלעבט +.. בא יט רעהעג ססאאטאקעשאיקט שא לאטש םהע אָבער עפּעס האָט מען געװוּסט, אַז דאָס האָט צו טאָן מיט דוד גערטלער'ס מסחר מיט די דייטשן.
ס'איז געװאָרן , נאָרמאַל" אין געטאָ צו צעטיילן לויט דער ואָג כמעט אַלעס און אַלצדינג, װאָס האָט געהאַט אַ שייכות מיט דערנערונג, צװישן די משפּחה-מיטגלידער. אויב ברויט האָט מען אָנגעהויבן אויסווענן אין אַלע משפּחות שוין אין ווינטער 1940/41, איז נאָך דער שפּערע שוין געווען נאָר- מאַל, אַז אויך די ראַציעס פון צוקער, מאַרמעלאַדע און מאַר- נאַרין זאָל צעוועגט ווערן צווישן די מיטגלידער. ס'איז אויך נישט געווען קיין זעלטנהייט מער אין 1943 צו טרעפן משפּחות, װוּ יעדער האָט געקאָכט זיין אייגענעם מאָלצייט און אָפּנעשלאָסן די ראַציע, חלילה נישט באַננבעט צו וערן פון אַנדערע משפּחה-מיטנלידער. (איך טראָג מיט זיך אַ נדלות- קאָמפּלעקס ביז היינט, דערפאַר ווייל אין אונדזער הויזיגעזינד האָבן די זעקס קינדער װאָס זענען געווען אינדערהיים (צוויי זענען שוין מער נישט געװען אין שטוב) אויסגעװויגן די ברויט-ראַציע מיט אַנדערטהאַלבן דעקאָ ווייניקער וי דער צו- טייל און האָבן דאָס אַוועקגענעבן פאַר טאַטע-מאַמע. איך בין נאָך מער שטאָלץ אויף דעם װאָס האָבנדיק די מעגלעכקייט פון אַ טאַלאָן, אָדער אַפילו אַמאָל די מענלעכקייט ממש צו גנבענען אַביס? גרינצייג, דערפאַר וויי? כ'בין געווען באַקאַנט אַלס פּאעט צווישן די שומרים פון גרינצייג-אָפּטײל, האָב איך דאָס קיינמאָל נישט געטאָן פאַר זיך אַליין װי אַ יחיד, נאָר פאַר אונדזער נאַנצן הויזדנעזינד. אַזאַ פּריווילעניע האָט גע- הערט צו ווייניקע, אָבער צו טיילן אָט די פּריוילעגיע מיט דער משפּחה, איז געווען נאָך מער יוצא מן הבל?ס).
דער ווינטער 1942/48 איז פון שטאַנדפּונקט פון באַשפּיי- זונג געווען בעסער וי די פאַרגאַנגענע אַכצן חדשים; און היות אַלְץ האָט זיך געדרייט אַרום דעם ביסן װאָס אין געלייגט גע- װאָרן אין מויל אַריין, איז דער פּעריאָד פון סעפּטעמבער 1942 ביז אַן ערך יולי 1948 אַריין אין די געשיכטע-בלעטער פון געטאָ װי אַ , רואיקע" פּאָר חדשים. אין אט דער רואיקייט האָט מער נישט עקזיסטירט קיין אַנדערע עמאַציע וי דאָס קלאַמערן זיך אין דער האָפּענונג פון איבערלעבן, און איבער- לעבן האָט געהייסן -- עסן, כדי צו קענען אויסהאַלטן. עפּעס האָט מען אין געטאָ געװוּסט וועגן דעם גור? פון די , שפּערע"-מענטשן, אָבער דער עפּעס איז געווען באַװוּסט צו קליינע גרופּעס און אַפילו צװוישן די דאָזיקע מענטשן האָט דער גרעסטער טייל מער געאַנט וי געװוּסט גענוי וועגן דעם גור? פון די אַרױסנעשיקטע.
וי מען זאָל נישט אויסטייטשן די מאַכט פון רומקאָווסקי, מוז מען צוגעבן, אַז ער האָט פאַרשטאַנען װי אַזױ צו פֿאַר- מיידן דעם צוזאַמענברוך פון געטאָ װי אַ פּועל יוצא פון די אַלע קלעפּ, װאָס דאָס נעטאָ האָט באַקומען. דער אָקסענער נאָזדרינג װאָס רומקאָווסקי האָט אָנגעטאָן דעם דורכשניטלעכן געטאיאַנער, איז באַשטאַנען אין דער נויטווענדיקייט פון טאָנ- טעגלעכער אַרבעט. היות ס'איז נישט נעװוען מענלעך אין געטאַ צו חלומען אַפילו וועגן אַן עשירות װאָס זאָל דערלויבן עפּעס װאָס צו שפּאָרן אַפילו פאַר דער נאָענטסטער צוקונפט, איז יעדער געווען געצווונגען טאָנ-איין טאָג-אויס פונדאָסניי פירן דעם קאַמף פאַר איבערלעבן. דער רעזולטאַט איז געווען איינפאַך: דער נעכטן האָט געמוזט אָפּשטאַרבן צוזאמען מיטן קאַלענדאַר-בלאַט. דאָס ואָס איז אַװעק איז אַװעק. דער װאָס
האָט נאָך געלעבט -- האָט געלעבט און דאָס װאָס לאָזט זיך נישט ראַטעװען, פון דעם מוז זיך דער געדאַנק אָפּזאָגן װאָס גיכער, כדי נישט צו ווערן דערשעפּט פון אומזיסטע עמאָציעס. די איינציקע עמאַציע װאָס איז דערלויבט געווען אין געטאָ אין געווען אַרומרײסעניש צוליב אַ ביסן. אַפּילו דער טויט פון אַ משפּחה-מיטנליד האָט נישט נגעטאָרט אַרויספירן פון נלייכגעוויכט. אויב ס'איז ווער געשטאָרבן אַ טאָג פאַר דער ראַציע, האָט זייער שטאַרק געלוינט דעם טויט אויסצובאַהאַלטן פאַר אייניקע טעג און אַרויסנעמען דעם צוטייל. די דאָזיקע , נאָרמאַלקײיט? האָט זיך איינגעשטעלט אַזױ גיך װי דער בלוט- אָפּפלוס האָט אויפנעהערט. אייגנטלעך האָט אויפגעהערט נאָר דער בלוט-אָפּפלוס װאָס שייך די גרויסע אויסזידלונגען. דער הונגער אין געטאָ האָט אַפילו אין די ,גוטע" חדשים געהאַט אַן אויסווידקונג אויף די װאָס זענען פון פריער געװוען גע- חתמעט צום הונגער-טויט, אָבער דאָס אין געווען אין געטאָ , נאָרמאַל",
אין אָט די נאָך , שפּערע"-חדשים איז דאָס געטאָ געפּאַ- שעט געװאָרן מיט , קולטור". די קולטור --- סיט אָדער אָן גענזנפיסלעך -- איז נעקומען אין דער פאָרם פון טעאַטער- קאָנצערטן, װאָס זענען איינגעאַרדנט געװאָרן דורך פאַרשי- דענע רעסאָרטן און אַדמיניסטראַטיוע אָפּטײלן פון געטאָ. ס'איז אַנטשטאַנען אַ מאָדע פון אַדורכפירן אימפּרעזעס. היות קיין אַרטיסטן אַלס אַ פרייע פּראָפּעסיע האָבן אין געטאָ שוין דעמאָלט נישט עקזיסטירט און שרייבער האָבן געמוזט זיין גאָר פאָרזיכטיק מיט זייער פּראָפּעסיע, איז דורך נויטווענדי- קייט פון אויסלעבן זיך, און מיט דער מיטהילף פון רומ- קאָווסקיס הסכמה, אַנטשטאַנען אַ טראַדיציע: יעדער רעסאָרט האָט צוזאַמענגעשטעלט זיין איינן מאַטעריאַל און גענרייט צום אויפפירן אַן אייגענע , רעוויע". די , רעוויעס" זענען אויפנע- פירט געװאָרן אין קולטור-הויז אויף קראַװיעצקע 8. אין זעלבן זאל און אויף דער זעלבער בינע װוּ ס'האָט זיך אָפט אָפּנע- שפּילט אַ מער טראַנידקאָמישע , רעוויע? פון אַדורכפירן קידו- שין, װאָס עס האָט געגעבן טאַקע ,דער מלך" אַליין, קיין חופּה האָט מען מער נישט געשטעלט, און די קידושין זענען געגעבן געװאָרן צו עטלעכע פּאָרלעך מיטאַמאָל. דער גרויסהאַרציקער רומקאָווסקי האָט נאָכן חתונה מאַכן, געטיילט חתן-כלה דרשה- געשאַנק אין דער פאָרם פון אַ צוטייל פון ברויט און האָניק. לצים פלעגן זאָנן, אַז רומקאָווסקיס דרשה-געשאַנק איז אָפט געווען מער װוי די ליבע און דער נדן וועלכע האָבן אין געטאָ נישט עקזיסטירט. אָט די צוויי סאָרטן , רעוויעס" האָבן נע- הערט צו דער נאָרמאַלקײט פון 1943.
צו דער זעלבער ,נאָרמאַלקײט? האָט אויך געהערט אַ מעדיצין מיטן נאָמען --- ,ווינאנטא?". די דאָזיקע מעדיצין איז געווען א סינטעטישע וויטאמין , צע", װאָס האָט געברויכט אַקעגנװירקן די ביינער-אָפּשװאַכונג. די דאָזיקע ,וויגאנטאל" אין דורך דאָקטוירים פאַרשריבן געװואָרן בוכשטעבלעך אין טראָפּנס, צוזאמען מיט אַ מעדיצינישן צוטייל פון קאַרטאָפל- שאָלן, װאָס דער גליקלעכער פּאַציענט האָט געמעגט אָפּנעמען אין די עפנטלעכע קיכן. נעמעגט, הייסט עס, אויב ער האָט געהאָט אַ קיך װאָס האָט געהאט קאַרטאָפּל-שאָלן און ער האָט פאַרמאָגט גענונג פּראָטעקציע אויסצונוצן זיין מעדיצינישן טאַלאָן. אין 1943 איז אויך געווען נאָרמאַל" אויפגעפרעסן צו