Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 125
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-238

יידיש לאַָדזש 121 ווערן פון אַלערלײ שרצים, פוֹן וועלכע דאָס געטאָ האָט זיך נישט געקענט באַפרייען. אין די ווינטער-נעכט זענען די צודעק- שמאַטעס אָדער דאָס בעטגעװאַנט געווען אַדורכגענומען מיט פייכטקייט און אין זומער --- מיט לייז און װאַנצן.

passage_8487efb4e019521fdd5dc5d1
Passage 2normalized OCR · source chars 240-1394

אין יאָר 1949 איז געווען ,נאָרמאַל", אַז דאָס איינגע- שרומפּענע געטאָ זאָל פאַרמאָגן צוויי באַזונדערע פּאַליצֵיי- קערפּערשאַפטן. די אַרדנונגס-דינסט אָדער סתם פּאַליציי, װאָס רומקאָווסקי האָט געהאַט איינגעפירט ביים סאַמע אֶנהוֹיב פון אײינאַרדענען דאָס מלכות געטאָ, און די זאָנדער-פּאָליצײי, װאָס איז אַנטשטאַנען אונטער דער לייטונג פון דוד גערטלער. די זאָנדער זענען געווען אַ פּאַליציי-עליטע װאָס האָט זיך פאַר- נומען בעיקר מיט אַן אויבער:שמירה אין אַלע לעבנס-מיטל- אָפּטײילן און אין ערטער װוּ ס'איז געווען מעגלעך --- לויט די ווערטן פון געטאָ -- צו מיסברויכן מיט , עפנטלעכע ווערטן". צוליב די פּריוילעגיעס װאָס די דאָזיקע פּאָליציי האָט פאַר- מאָנט און צוליב דעם ואָס דער נאָמען , זאָנדער" האָט אין דער געשיכטע פון די מלחמה-אָרן באַקומען אַ שוידערלעכן אָפּקלאַנג, זענען ווייניקע פון די װאָס האָבן געדינט אין דאָזיקן אָפּטײי? גרייט מודה צו זיין, אַז זיי האָבן געאַרבעט אין דער , זאָנדער"-פּאָליציי, װאָס אין אַנטשטאַנען אונטער דער פיי- טונג, וי שוין דערמאָנט, פון דוד גערטלער. נאָך דעם וי דוד גערטלער אין אין זומער 1942 ארויסגעפירט געװאָרן פון געטאָ, האָט די לייטונג איבערגענומען מאַרק קליגער, א פּערזאָן װאָס איז נישט געשטאַנען א סך העכער וי זיין פאָרגייער.

passage_0e6cc893d321944a61218385
Passage 3normalized OCR · source chars 1396-2153

אָביעקטיוו נגעקוקט האָבן די רייען פון דער ,זאָנדער"- פּאָליציי אויסגעפילט מענטשן סמיט פּריווילעגיעס, אָבער אין אַלנעמײן געזעלשאַפטלעך פאַרטרוילעכע. געװועזענע לערער װאָס האָבן פאַרמאָנט דערצו גענוג פּראָטעקציע, סטודענטן פון פאַר דער מלחמה ואָס האָבן געהערט צו די געהעריקע פּאַר- טייען און טיילווייז אַפילו מענטשן מיט אַקאַדעמישער בילדונג. פאַרשטענדלעך, אַז אין די באדינגונגען פון געטאָילעבן האָט נישט געקענט געמאָלט זיין, אַז אַזאַ פּריווילענירטע גרופּע זאָל ווערן באַטראַכט אויפן סמך פון זייער אויפגאַבע. שוין דאָס אַליין װאָס די , זאָנדער"-פּאָליציי איז געווען, װי פריער דער- מאַנט, אַ קערפּערשאַפט פון פּריוילעגירטע, איז געווען גענוג סיבה צו טראָגן אויף איר אַ פאַרדאַכט. ס'איז אויך קלאָר, אַז זייערע צוטיילן זענען געווען אַ היפּש ביס? בעסער וי די װאָס |

passage_abe4848b4234772407c224a6
Passage 4normalized OCR · source chars 2155-3326

עס האָט אָפּגענומען דער פּשוטער געטאִיאַנער. היות אויך דער , זאָנדער" - פּאָליציאַנט איז געווען סוף כ? סוף א געטאָייר און האָט געלעבט אין קרייז פון די שפּאַנונגען װאָס האָבן געהערשט אין געטאָ, (כאָטש אַליין אַ מער נעשיצטער פון די אויסווירקונגען), איז קלאָר, אז דאָס װאָס דער ,זאַנדער"- פּאָליציאַנט האָט לויט זיין השנה געשאַצט וי אַ טייל פון זיין דינסט, איז אין אמתן נעווען א מין איזרעקיעווען זיך איבער די אומבאַהאָלפענע מאַסן אין געטאָ. לויט דער מאָס פון דער , זאָנדער"-פּאָליציי, דאַרף די נאָרמאַלע אָרדענונגס-דינסט פון נעטאָ אין יאָר 1943, באַטראַכט ווערן וי צווייט --- און אפשר גאָר --- דריט-ראַנגיק אין זייער וויכטיקייט. אָבער ביידע פֹּאַ- ליציײיקערפּערשאַפטן האָבן נעהערט צו דער געטאָ-, נאָרמאַל- קייט". ס'איז אויך געווען ,נאָרמאַל?" אין געטאָ אָפּצוזאָגן זיך פון דער ווירקלעכקייט, װאָס האָט געהערשט אין די געטאָ- נאַסן און אויספילן די טיפע ליידיקייט װאָס האָט נגעהויערט אין דעם אַרום מיט גייסטיקן אינהאלט. ס'איזן גוט באַקאַנט, אַז דאָס געטאָ האָט פֿאַרמאָנט אַ שרייבער-קרייז, אַ קריין פון מאָלער און מוזיקער. וויניקער באַקאַנט אין די עקזיסטענץ פון יוננט-גרופּן, װאָס האָבן אויפגעהאלטן זייער טעטיקייט 4. א = ? זי : 6 : : 5 6 52 י- א 7 : =+ 8 2 דער לעצטער װעג...

passage_69d3f3fbbeb23369a13b93bf
Passage 5normalized OCR · source chars 3328-3636

כמעט ביזן לעצטן טאָג פון געטאָ קיום. כמעט פאַרנעסן איז די אַרבעט פון לערער און דערציער, װאָס האָבן אין די , נאָר- מאַלע" באַדינגונגען פון 1943 פאַרװאַנדלט די ארבעטס- רעסאָרטן אין ערטער װוּ די יונגע קינדער האָבן באקומען כמעט אַ נאָרמאַלע דערציאונג, אויף וויפי? דאָס אין געוען מעגלעך אין די געטאָ-באַדינגונגען.

passage_1b4894a4ea28e3cf862daeaa
Passage 6normalized OCR · source chars 3638-4750

אין זומער 1943, שוין נאָך דעם וי דער גרעסטער טייל פון יידישע קינדער זענען אַרױסגעריסן געװאָרן פונעם געטאָ, האָט אַ יונגער פּעדאַנאָג מיטן נאָמען מאַרקיעװויטש ז"ל, נע- גרינדעט כמעט אויף אייגענער האַנט אַ קינדער-דערציאונגס- אַנשטאַלט אין דעם באַקלײדונגס-רעסאָרט אויף דװאָרסקע 0, וואָס איז געווען באַקאַנט וי גלאַזערס רעסאָרט. היות ס'איז נישט מענלעך געווען אזא אַנשטאַלט אויפצוהאַלטן סתם וי אַ שולע, האָט מאַרקיעוויטש צוזאַמען מיט זיין פרוי פאַר- לייגט אַ , טעאַטער פון קינדער פאַר קינדער" ביים שניידער- רעסאָרט. צום לויב פון דעם פֿארבריקס-לייטער נלאַזער און לויט זיינע מעגלעכקייטן, האָט ער אַפילו די טעטיקייט שטילער- הייט אונטערשטיצט. אויפן סמך פון זיינע רעכט אַלס לייטער האָבן די קינדער ואָס זענען געקומען נאָך די אַרבעטס-שעהן אין די רעסאָרטס-צימערן, באַקומען צויי-דריי מאָל אַ ואָך א צוגאָב-זופּ. אין דער אַרבעט פון דעם קינדער-טעאַטער האָבן זיך באַטײליקט, לויט וי כ'געדענק נאָך, דער מוזיקער דוד ביינעלמאַן ע"ה, שמעון יאַנאָווסקי ע"ה, משה ויינבערג ע"ה, שלום שװאַרץ ע"ה און, יבדלו לחיים, די שרייבערין שבע גלאָס-װינער, א. ציקערט און שמאי ראָזענבלום. ליירער גע- דענק איך מער נישט דעם נאָמען פון דער באַגאַבטער טענצע-

passage_ea19bc5fe7c0355e04fb4aa1