Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 129
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1130

ײ דיש ל אַ ד ז שׁ 129 ראָװוע, זיסע ברויטן. קויפט אהיים, א האַרץ-דערכאַפּעניש, פאר זיך און פאר אייער משפּחה' -- האָט פון איין ווינקל גאַס זיך געהערט א פאָנאָטאָנער אויסרוף; ‏ א קינדערישער ניגון, װאָס האָט װוי מיט מעסער געשניטן די פרימאָרגנדיקע קאַלטע לופט, ,סאַכאַרינען, סאַכאַרינען, צען דאָפּלטע סאַכארינען פאר איין מאַרק? --- האָבן פון קעננאיבערדיקן טראָטואַר אים איבערנעשטינן די אויסגעשרייען פון אנדערע קליינע קאָנ- קורענטן". פון אָט די-אָ מרה-שחורהדיקע רעקלאמע-טענער האָט מען נלייך געקענט ארויספילן די טראַגעדיע פונעם דאָזיקן יידישן קינד. גלייך האָט זיך אַנטפּלעקט דאָס בילד פון זיין , היים", פון זיין נאַסער קעלער-שטוב, וװוּ אויף די וענט שלעננלען זיך פראַנק און פריי קאַרביִרטע ואַסער-שנורן, און אין די ווינקלען אויף קופּעס שמאַטעס ליגן איינגעקאָרטשעט, אוױיסנגעדאַרטע, שווינדזוכטיקע קינדער-גופימלעך מיט מאַטע, פאַרבלאָזע איינעלעך און אָפענע מיילעכלעך װאַרטן זיי אויף זייער , פאַרזאָרגער" --- אפשר וועט ער דאָך עפּעס אהיימברענ- גען פון נאָס, אויף צו קענען שטילן דעם הונגער. וויפ? האַרץ-קלאַפּעניש, וויפ? ציטער האָט אדורכגעלעבט דער דאָזיקער יונגער הענדלער אין גאָס, ביז ער האָט זוכה געווען אהיימצוברענגען זיין , פאַרדינסט".

passage_c966e6e7771da013e1cfaada
Passage 2normalized OCR · source chars 1132-2284

מיט אָנגעשטרענגטער װאַכזאַמקײיט פלעגן די דאָזיקע חברה-לייט אַרבעטן מיט אַלע חושים; דאָ א בליק מיט די אויגן, דאָרט א האָרך מיט די אויערן, אפשר פאָלנט זיי נאָך ערגעץ-ווו א , זעקס-זעקס" (א פּאָליציאַנט). אֶך און ויי איז דעמאָלט געווען צום דאָזיקן פּרנסה- געבער, װאָס איז ארייננעפאַלן אין די הענט פון אזא , זעקס- זעקס". מיט זיין סחורה האָט דער דאָזיקער , פאַרברעכער" זיך קיינמאָל מער נישט צוריקגעזען. אומזיסט פלעגט ער זיך באַמיען צו ווירקן אויפן הארטן געוויסן פון פּאָליציסט. --- ,איך בעט אייך הערפּאָליצמײסטער, גיט סיר צוריק פיין סחורה, לאָזט מיך אָפּ; מיין טאַטע איז אין רוסלאנד, די מאמע איז ערשט נישט לאַנג געשטאָרבן, צוויי יינגערע קינדער אונ- רזערע ליגן פארהוננערט און געשװאָלן אין די בעטן און װאַרטן אויף מיר, אז כ'זאָל אהיימברענגען עפּעס צו עסן, װאָס זאָל איך זיי זאָנן ... א דערשלאָגענער און א פארשעמטער פלעגט אזא פאר- זאָרגער" פאַרקירעווען צוריק אהיים אין קעלער אריין, און דערנאָך נישט געקענט קוקן זיינע ברידערלעך אין די אויגן... די דאָזיקע קינדער זענען פון די פריסטע יאָרן געװאָרן פאַרזאָרגער; געװואַשן, גערוימט, נעשייערט און אויך ארומ- נגעלאָפן צווישן שכנים כדי זיך באָרגן אמאָל א שיס?, א טעפּל, אָדער גאָר א פּאָר גראָשן איבערצולעבן דעם טאָנ.

passage_02024b8c6c0d053110488566
Passage 3normalized OCR · source chars 2286-3181

מען האָט אויך די דאָזיקע קליינע משפּחה:פאַרזאָרגער אָפט געקענט טרעפן שטיין שעהן לאַנג אין די רייען ביי רי לאַדנס? נאָך פּראָדוקטן-צוטיילונגען, מיט דערװאַקסענע צו- נלייך; טײילמאָל ביינאַכט זיך אדורכשלייכן מיט א טעפּ? אין דער האַנט --- צו די אלגעמיינע נאַזדקיכן, ווייל אין דער שטוב קינדער האַנדלען איז נישט געווען קיין האָלְץ אָדער קוילן אויף אָנצוװוארעמען אָדער אויפקאָכן א ביס? װאַסער, אזוי זענען זיי בייטאָג געווען די , פאַרדינער" און , באַ- שפּייזער" און דערנאָך ביז שפּעט ביינאכט, באַלעבאַטעװעט אין דער שטוב. צּ | סוף יאָר 1940, זענען דורך דעם אָפּטײ? פאר סאָציאַלער שוץ אין געטאָ נעשאַפן געװאָרן פאר די טויזנטער איבערנע- בליבענע האַלבע און קיילעכדיקע יתומים קינדער עטלעכע היימען, צווישן זיי די קינדער-קאָלאָניע אין מאַרישין, װוּ איך האָב געאַרבעט אַלס דערציערין. קרוב 1000 יתומים -- האָבן אין מאַרישין געפונען זייער פּראָװיזאָרישע היים, אויף צו קענען אַדורכלעבן די גרויִזאַמע געטאָ-טעג.

passage_19f59fd44e2d4aa02552b497
Passage 4normalized OCR · source chars 3183-3624

די דאָזיקע פאַרװאָרלאָזטע קינדער האָבן געשטאַמט פון פארשיידענע היימען: אייניקע -- פון די אמאָל רייכערע לאָ- דזשער קװאַרטאַלן, פון פארמעגלעכע עלטערן -- אויסגעהאָ- דעוועט דורך מאַמעס הענט, וי איידעלע בלומען, דווך אי" בערגעגעבענע גערטנער. אנדערע זענען געקומען פון די אָרעמ" סטע שיכטן: אין אָפּגעריסענע קליידער, אָפּנעלאָזענע, באַלו- טער קינדער, וועלכע האָבן פון פריער שוין נעהאַָט אייננע- זאַפּט אין זיך דעם אַראָמאַט פון דחקות און גרויען לעבן,

passage_dc2ce86261ad4455ed507a79