Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 133
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-966

ײידיש לאָדוש 19 ייא א א האר יט גופא -- איז נאָך צוגעקומען צו דער מאַרישינער קאַלאָניע אַ געוויסע צאָל יונגע קינדער און יוגנטלעכע פון פארשיידענע אייראָפּעאישע לענדער, װאָס זענען דורך די דייטשן אַרינ- געשטויסן געװאָרן אין נעטאָ צוזאַמען מיט זייערע עלטערן --- האַרבסט-צייט 1941, אויך ביי אַ טייל פון די אויסלענדישע איינװאנדערער איז דאָס פאַמיליען-לעבן --- אונטער דער ווירקונג פון געטאָ- אומשטענדן -- זיך שנעל צעפאַלן, איבערלאָזנריק קיילעכ- דיקע יתומים. די דאָזיקע אויסלענדישע מיידלעך און יינגלעך, װאָס ס'רוב פון זיי האָט געשטאַמט פון נאָר רייכע היימען --- פון עלטערן דאָקטוירים, אַדװאָקאַטן און אַנדערע פּראָפּעסיאָנאַלן --- קינדער, וועלכע זענען געװאָקסן פון זייערע געבוירן-טעג-אָן אין אויסגעבעטע, װאַרעמע שטיבער, אונטער דער אויפזיכט פון ,ניאַניעס", , באָנעס? און ,נוווערנאַנטסעס? -- זיי איז נאָך שווערער אָנגעקומען זיך איינצולעבן מיטן געטאָנורל, דער-אָ צושטאַנד האָט אָבער לאַנג נישט געקענט אָנ האַלטן. דאָס האַרטנעקיקע געזעץ פון דער נאַטור האָט געטאָן ס'זייניקע,

passage_86b943d25823b7f672a92c20
Passage 2normalized OCR · source chars 968-2022

די מיידלעך און ייננלעך מיט , קינדער-שטובע" פון בער- לין, ווין, פּראָג און לוקסענבורנ, האָבן זיך געמוזט אויסמישן און איינלעבן מיט די קינדער פון די באַלוטער הויפן. און אויסער די שיינע מלבושים, ואָס זיי האָבן מיט זיך מיט- געבראַכט פון אויסלאַנד, און אויך די שפּראַכן פון זייערע היימלענדער --- מיט וועלכע זיי האָבן זיך באַנוצט -- אי} קיין שום אונטערשיד צווישן זיי נישט געווען צו דערקענען, דער יידישער גור? האָט זיי צוזאַמעננעבראַכט -- אויף איין נאַרע-ברעט, אונטער איין דאַך, צו דער זעלבער דאָליע, פון גאַנץ אַנדערע קלאַסן, באַזונדערע וועלטן -- און באַפוילן לעבן צוזאמען, האַלטן זיך נאָענט, טוליען איינער צום צווייטן, דער ביטערער טעם פון הונגער און דערצו נאָך דאָס טעג- לעכע האַרטע לעבן האָט זיי געמאַכט טראַכטן ענלעכע טראַכ- טענישן, רעדן די זעלבע געטאַ-שפּראך, --- חלומען די זעלבע חלומות... צִ אין אַ פינצטערן האַרבסט-טאָג, אינעם יאָר 1942, קורץ פאַר די ימים-נוראים, זענען מיט אַ מאָל אויסגעלאָשן נע- װאָרן אַלע זייערע חלומות, ס'זענען דורך די ברענענדיקע פייערן און שטיקנריקן ציקלאָן - גאַן איבערגעהאַקט געװאָרן אַלע פעדעם פון זייערע האַפענונגען און לעבן.

passage_a4a662be21bc4578abaccdbe
Passage 3normalized OCR · source chars 2024-3101

אויפן שייטער-הויפן פון כעלמנער ניהנום זענען די דאָ- זיקע קינדער אומגעבראכט געװאָרן, מיט נאָך טויזנטער אַנ- דערע יידן -- דורך נאַציסטישע מערדערס הענט. ס'זענען געווען דעמאָלט די אַזויגערופענע טרויעריקע , שפּערע"-טעג אין געטאָ. אין יענעם חודש אלול 1942, זענען די דייטשע רוצחים מיט ביבאָוון בראש, אַריין אין געטאַ מיט מאַשין-געווער. זיי האָבן אָפּנעשלאָסן אַלֶע קװאַרטאַלן, אייננהענטיק אױסגעמאַרדעט 0 אומשולדיקע פמענטשן, דערצו אַרױסגעריסן 18800 נטשות --- יונגע קינדער, זקנים, שװאַכע קראַנקע און שװאַנ- געריפרויען -- און זיי אַװעקגעפירט צו די כעלמנער גאַז- קאַמערן. | ס'איז שווער פאר מיר איצט צו שרייבן גלייבגילטיק דאָס-אַ טראַגישע קאַפּיטל. װער ס'האָט אין יענעם טאָג פון חודש אלול, זיך צונעזען די שרעק אין די אויגן פון יערן איינעם קינר באַזונדער --- זייער עלנדקייט, פאַרצוייפלונג און דעם מאוימדיקן וויײגעשריי צו די הימלען -- אז מ'האָט געקענט בלינד און פארטויבט ווערן פון צער און רחמנות. (אגב בין איך געווען די איינציקע דערציערין דעמאָלט װאָס מיט די קינ- דער צוזאַמען בין איך דורך ביבאָוון אויסגעקליבן געװאָרן אויף דער לינקער זייט. שפּעטער, דורך עפּעס א נס זיך אָפּגע- ראַטעװעט),

passage_e0ee9e8b5cd3bfeccdcc16d6
Passage 4normalized OCR · source chars 3103-4107

און אויך דער געראַנגל פון די דאָזיקע קינדער, בעת זיי האָבן אין דער לעצטער מינוט געפּרוּװוט זיך ראַטעװען; געװאָלט אַנטרינען פון דער ערד, נישט וערן --- ווען אַלע וועגן זענען געווען פאַרשלאָסן, אַלע שטענן פאַרצוימט, אַלֶע נאַסן פאַר- מאַכט און פאַרשטעלט מיט רציחה. און אַז אַלֶע ערדישע וועגן זענען געווען פאַרשלאָסן, פאַרקראַטעװעט און פאַרהאַמערט, האָבן די קינדער זייערע בליקן געװאָנדן הויך צו די הימלען --- גערופן נאָט צו הילף --- געװאַרט אויף אַן ענטפער פון דאָרטן, אויף עפּעס א נס, און דער ענטפער איז נישט נעקומעןן.. און דער נס איז נישט געשען... ס'איז דערנאָך געװאָרן טרויעריק שטיל אויף די נאַסן און אויף די הויפן פון געטאָ. ס'איז טרויעריק שטיל און ליידיק געװאָרן אין אַלע ווינקלען פון מאַרישין... אָן קינדער,.. ליידיק אין אַלע ווינקע- לעך פון האַרץ. צּ ס'איז נעבליבן אַ פאַרהוננערטע, אַ פאַרפּײיניקטע באַ- פעלקערונג;: מערסטנטיי? יוננערע פרויען און מענער מיט א זייער קליינער צאָל יונגע קינדער -- וועמענס עלטערן, אין דורך אַלערלײי מסירת-נפשן, פאַרשיידענע נסים און צופאַלן געלוננען זיי אָפּצוראַטעוען.

passage_c79a9570d9df2bde48a2c7f7
Passage 5normalized OCR · source chars 4109-4908

ס'האָבן איצט די יידישע מאַמעס אין געטאָ מיט נאָך מער אומרו אוֹן ציטער נעוואכט איבער זייערע קינדערס אָטעם; אויפסניי זיך פאַרפּאַנצערט מיט אַן אייזערנעם וילן; מיט אַלע מעגלעכע מיטלען אָפּצוהיטן דעם אָפּגעראַטעװעטן איבערבלייב. די מערסטע מאַמעס אין געטאָ האָבן זיך נישט נגעטרויט מער אַרױיסצוגײין פון דער שטוב, פאַרטאָג צו דער אַרבעט און איבערלאָזן די קינדער אַלֵיין, אויף הפקר, אָן עמעצנס אויפזיכט. ס'האָבן נישט געהאָלפן קיין שום דראָאונגען מצד די באַלעבאַטים פון די רעסאָרטן; און די סיטואַציע האָט דע- מאָלט געצוווננען, אַז כמעט ביי יעדן גרעסערן רעסאָרט זענען איינגעאָרדנט געװאָרן טאָנ-היימען פאַר קינדער --- אין עלטער פון 3 ביז 11 יאָר -- קינדער פון די באַשעפטיקטע דאָרט אַרבעטערינס, די דאָזיקע טאָנ-היימען זענען אויך גלייכצייטיק איינגע- שלאָסן געװאָרן אין שול-וועזן פון געטאָ און פאַרזאָרגט געװאָרן

passage_45d52398a8f2a488b10e6ad8