132 יידיש לאָדוש מ בּיאַלקאַווער דאָס קולטור-לעבּן אין לאָדושער געטאָ ס'קען אפשר מאָדנע קלינגען דער בּאַנריף : קולטור-לעבן אין לאָדזשער נגעטאָ אין דער צייט, ווען יעדער איז געווען פארטאָן מיט זיינע טאָג-טענלעכע שווערע מאַטעריעלע זאָרגן; אין דער צייט ווען מען האָט זיך אָפּט געפונען אויף דער שוע? פון אומקום. טראָץ אלעמען אָבער האָט א קאַרג קולטור-לעבן עקזיסטירט. פון איין זייט איז עס געווען א מיטל צו באַפרייען זיך אויף א קורצער צייט פון דעם טרויעריקן ארום, פון דער דער" דריקנדער לאַסט, און פון דער צווייטער זייט -- א זעלבסט- דערהאלטונג-געפי? קענגן דער אנטמענטשוננג, װאָס די דייטשן האָבן אָנגעװואָנדן לנבי די יידן. דאָס קאַרגע קולטור-לעבן האָט זיך מאַניפעסטירט אין פארשיידענע פאָרמען : 1) שול-וועזן 2) הכשרהקאַגראַר פּונקטן אין מאַרישין 3) װיסנשאַפטלעכע און קולטור-געזעלשאַפטן 4) פּלאַסטישע קונסט ס) מוזיק 6) ביבליאָטעקן 7) טעאטער 8) ליטערארישע שאַפונגען שול"וועזן
איינע פון די ערשטע זאָרנן פון פאַראַנטװאָרטלעכע טוער אין געטאָ,איז נגעווען איינצושטעלן א שול-ועזן, בכדי צו פארהאלטן די יוננט פון ווערן פארגרעבט צוליב פּוסטפּאַס- טעווען, און פון דער צווייטער זייט: איינצוהאלטן דעם מאָראַ- לישן רוקנביין,. אין מאי 1940, ביים שליסן דאָס געטאָ, -- אין דעם ערשטן שול-יאָר -- האָבן עקזיסטירט 398 עלעמענ- טאַרע שולן מיט איבער 6000 תלמידים. 2 רעליניעזע שולן מיט 800 תלמידים; 1 גימנאַזיע און 1 פאך-שולע; אין דעם צווייטן --- און לעצטן שול-יאָר --- זענען געווען טעטיק 40 פֿאָלקס-שולן, 4 רעליגיעזע, 2 נימנאַזיעס, א האַנטווערקער-שול, צוויי פאָרשולן, 1 שול פאר טויב-שטומע, א שו? פאר אָפּנעי שטאַנענע קינדער., די צאָל תלמידים האָבן באַטראָפן 15.000, אין די שולן זענען געווען טעטיק ארום 800 לערער. א חוץ אלנעמיינע קעננשטאנדן האָט מען דאָרט געלערנט יידיש, העברעיש, תנ"ך און יידישע געשיכטע. מיט דעם שול-וועזן האָבן אָנגעפירט אליהו טאַבטקסבלאט, משח קָאַראָ, ט. נוסבוים פון יאַראָטשינסקיס שולע און פּראָפעי סאָר קאַמִיענִיעבּקי.
די לעקציעס זענען פאָרגעקומען --- אין די קאַלטע חדשים -- אין נישט באַהייצטע לאָקאַלן, און דאָך: שלעכט נעקליי- דעט און האַלב-הוננגעריק, האָבן די קינדער זיך פלייסיק גע- לערנט, געשלוננען יעדעס װאָרט פון די לערער, װאָס א דאנק זייער איבערגעגעבנקייט --- אליין קראַנק פון קעלט און שלעכט דערנערט -- האָבן זיי געהאָלפן איינהאלטן דאָס מאָראַלישע נלייכגעוויכט פון דער יוגנט. פארשטייט זיך, אן שטענדיק האָט געלויערט די סכנה, אז די דייטשן װועלן אין א געוויסן טאָג ליקווידירן די שולן. א סוף צו דעם שולל-וועזן איז געקומען אין אָקטאָבער 1, ווען די שול-לאָקאַלן זענען רעקווירירט און פארװואַנדלט געװאָרן אין פּרימיטיווע וווינונגען פאר די 20,000 רייטשע, טשעכישע, עסטרייכישע יידן, וועלכע די דייטשן האָבן אריינ- געשיקט אין לאָדזשער געטאָ, בכדי פון דאָרט = 226 זיי צו די נאַזזאױטאָס אין כעלמנאָ, עס האָבן שפּעטער נאָך עקזיסטירט דערגענצונגס-קורסן פאר די יוגנטלעכע ביז יולי 1942, ווען די דייטשן האָבן בא- פוילן אָפּצושטעלן יעדעס אַרט לערנען. הכשרה"אַגראַר פּונקטן אין מאַרישין
פארן גרעסטן טייל יידן, און איבערהויפּט פאר דער יוגנט איז געװאָרן קלאָר, אז אויב מען װועט איבערלעבן די מלחמה, וועט מען דארפן פארלאָזן די פּוילישע ערד און צו דעם צוועק, דאַרף מען זיך פּראָדוקטיויזירן --- לערנען זיך א פאַך. דער ציוניסטיש - געשטימטער יוננט האָט געצוינן צו לערנען זיך ערד-אַרבעט, מיט דעם געדאַנק צו זיין צוגעגרייט פאר לאַנד- ארבעט אין ארץ ישראל. פאר דעם איז נעווען צוגעפּאַסט מאַרישין --- א האַלבלאַנדװירטשאַפטלעכע פאָרשטאָט פון לאָדזש. צוגלייך מיט דעם אויסלערנען זיך א פאַך, וי טיש- לעריי און שלאָסעריי און לערנען זיך לאַנדוװירטשאַפט האָבן די פּאָליטישע פּאַרטײען, וועלכע האָבן אָנגעפירט מיט דעם פּראיעקט אויך געפירט א ברייטע קולטורעלאידעאָלאַנישע טעטיקייט װאָס האָט אויך באַאיינפלוסט דאָס קנאַפּע קולטור- לעבן אין נעטאָ. אזוי זענען אַנטשטאַנען 25 קבוצים מיט איבער 1000 מיטגלידער, אָנגעפירט דורך 10 פּארטייאישע, מייסטנס ציו- ניסטישע גרופּירונגען. אויך דער , בונד" און , פּועלי אמוני ישרא?" האָבן געהאט זייערע אַנראַר-פּונקטן,