Original scan
Original memorial-book scan 139
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-451

יידיש לאָדזש 135 קינסטלערישע אָפּשפּיגלונג פון דעם טאָל פון יאָמער און טרערן. געשאַפן האָבן זיי די ווערק אָפט הונגעריקע און פאַר- שטייפטע פון קעלט, זיי אלע האָבן געמוזט שווער ארבעטן און אָפט אױיסגעשטאַנען רדיפות פון די גראָב-:הויטיקע אוים- זעערס. די אממיינסטנס באַקאַנטע שרייבער פון יענער צייט זענען; י. שפּינעל, ר. קװװיאַטקאָװוסקאַ, י. ברוקס, ח. ראָזענ- פאַרב, י. זעליקאָװויטש, מרים אולינאָווער, אלתר שנור-איצינ- גער, האָפּמאַן, יאָאַכימאָויטש א"א.

passage_322c9a920009f3aaea26c8f4
Passage 2normalized OCR · source chars 453-1520

א נאָר אינטערעסאנטע פּערזענלעכקייט איז געווען דער העברעישער שרייבער ישרא?ל בער איציננער, וועלכער האָט געשריבן אונטערן פּעןנאָמען אלטער שנור. דער דאָזיקער שרייבער איז געווען א ליטערארישע אינסטיטוציע פאר זיך אליין,. ער האָט רעדאַנירט און ארויסנענעבן (געשריבן מיט דער האַנט), א צייטשריפט מיטן נאָמען , המספּר" (דערציילער)., די צייטשריפט האָט געטראָגן א פרומען אָרטאָדאָקסישן כאַראַקטער,. די עטלעכע אָפּנעפונענע עקזעמפּלאַרן אַנטהאַלטן באשרייבונגען פון נעטאָדלעבן, סאַטירישע לידער און רעפּאָר- טאַזשן פון די שווערע אַרבעטס-באַדינגונגען אין די ארבעטס- רעסאָרטן. | = ארום אָט דעם העברעאישן שרייבער האָבן זיך גרופּירט א צאָל בחורים און מיירלעך, וועלכע פלעגן זיך פארזאמלען יעדן שבת פאַרנאַכט און דער שרייבער האָט געזאָגט פאר זיי תורה. אין געטאָ האָט עקזיסטירט אזא מין אַרט שרייבער- פאריין. אין דער וווינונג פון דער פיינער דיכטערין מרים אופי- נאָווער --- דאָרטן האָבן די שרייבער געלייענט און דיסקו" טירט זייערע שאַפונגען. מרים אולינאָווער איז געווען די עלטסטע דיכטערין מיט א סטאזש און די צוזאמענקונפטן זענען נגעװאָרן פאר די שריי- בער א קװאַל פון דערמוטיקונג און דערהויבונג,

passage_1ca94f796d3e09e265b84c26
Passage 3normalized OCR · source chars 1522-2400

א חוץ די שרייבער, וועלכע האָבן געשאַפן אין ייריש, האָט מען אויך נעשריבן אין דער פּוילישער שפּראַך. די ערשטע דערציילונגען און לידער זענען געלייענט געװאָרן פאר די באַזוכער אין די געזעלשאַפטלעכע פּאַרטײ- אישע קיכן. דאָרט האָבן די שרייבער געפונען זייערע ערשטע , לייענער". ס'פלעגן דאָרט אָפט אייננעאָרדנט ווערן ליטערא- רישע אַװונטן מיט רעציטאַציעס דורכגעפלאָכטן מיט א ביסל געזאַנג, ס'דאַרף נאָך צונעגעבן ווערן, אז אָט די ליטערארישע אֶוונטן האָבן אויך געדינט וי א שוץ-װאַנט פאר פּאָליטישער טעטי- קייט. דאָרט האָט מען געלייענט ראַדיאָ-באַריכטן פון די גע" היימע , קעסטלעך" און קאָמענטירט די געשעענישן אין געטאָ. אזוי האָבן די יידן אין לאָדזשער געטאָ, ביי הונגער, קעלט, דעפּאָרטאַציעס און דערשיסונגען, געבויט זייער קולטור- לעבן װי א שוץ-מיער קענן דער נאַציפּאָליטיק פון אַנטמענטשוננ. אָבער אלץ איז געווען אומזיסט. די פּלענער פון אויס- ראָטן די יידן זענען שוין פריער געווען צונעגרייט.

passage_6ee798eba621c1d9fd437d46