Original scan
Original memorial-book scan 140
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1002

136 ידיש לאָדוש מ. בּיאַלקאַװער ראַדיאָ-הערער אין נעטאָ אין לאַדזשער געטאַ זענען געווען א | סך געחיימע ראַדיאָ-אַפּאַראַטן, אָדער וי זיי האָבן געהייסן , קעסטלעך". עס האָבן אויפגענומען ידיעות די משפּחה װעקסלער; באָנע װינער; לעמ? אָלשטיין; װידאַווסקי; מעשקע און פיל אַנדערע. דער גרעסטער טייל האָט עס געטאָן אין שליחות פון די פּאלי- טישע גרופּירונגען, וועלכע האָבן געווירקט אין געטאָ. די אַנ- דערע -- פאר פּריװואַטן אינטערעס, אָדער געמאַכט דערפון א מיטל צום לעבן, דורך פארשפּרייטן די אויפגענומענע ידיעות אין דער פאָרם פון האַנט-געשריבענע ביולעטינען (קאָפּירט דורך קאַלקע) פאר א שטיק? ברויט; א זופּ אָדער א פּאֶר געטאָ- מאַרק, די ראַדיאָיידיעות זענען געווען די איינציקע קאָנטאַקטן מיט דער וועלט, איבערהויפּט זינט דער צווייטער העלפט 1940, ווען רומקאָווסקי האָט פארבאָטן אריינצופירן אין געטא אפילן די דייטשע צייטוננען. ס'וועט אפשר שווער זיין צו פארשטיין איינעם, װאָס איז נישט געווען אין לאָדזשער געטאָ, װאָס די ידיעות פון דער וועלט האָבן באַדייט פאר די איינוווינער פון דער הערמעטיש- פאַרמאַכטער געטאָ.

passage_7dab7e06096844e3aef8f07c
Passage 2normalized OCR · source chars 1004-2049

אז די ראדיאָ-צוהערערס האָבן יעדע מינוט געשפּילט מיטן לעבן --- איז איבעריק צו דערמאָנען, איבערהויפּט וען אין נעטאָ זענען געווען רומקאָווסקיס מוסרים און אויך עכט-דייטשע מוסרים. זענען טאַקע אין די געטאָ-יאָרן ארויסגעכאַפּט און איבערגעגעבן צו דער , געשטאַפּאָ? איינצלנע ראדיאָ-הערערס, וועלכע האָבן --- ווער ווייסט ביי וועלכע פּייניקונגען --- פאר- לוירן דאָס לעבן. איבערגעגעבן זענען זיי געװאָרן צו די נאַציס, דורך דער יידישער פּאַליציי. אזוי האָט פארלוירן דאָס לעבן א יונגערמאן (דער נאָמען איז מיר ליידער ארויס פון זכרון) וועלכער האָט געהאָט דאָס ,סעסט?" אין זיין װוינונג אויף דער זנערזשער גאָס נר. /, און דער זון פון פּאָפּולערן לאָדזשער באַלן-פּאַקער ראָזענצווייג, דער ערשטער איז ארעסטירט נגעװאָרן מיטן ראַדיאָ-אַפּאַראַט. דער צווייטער --- מיט אַ פּעקל ביולעטינען, באַשטימט פאר די פּאַרטיי-מיטגלידער. (ראָזענצווייג האָט געהערט צום , בונר"). דער אַריגינעלסטער פון די אלע ראַדיאָ-הערערס, איז אָבער געווען משה טאַפעל, דער אָפיציעלֶער געטאָ-חזן. משה טאַפעל איזן ביז דעם מלחמה-אויסברוך געווען חזן אין דער שול ,אוה? יעקב", וועלכע האָט זיך געפונען אויף

passage_785bcc0aef0d9efda0901bb8
Passage 3normalized OCR · source chars 2051-3227

גדאַנסקע נאָס נר. 18. ער איז געווען באַקאַנט און פּאָפּולֶער אין די בירגערלעכע קרייזן צוליב זיין שיינער שטימע און שיין דאַוונען. געשטאַמט האָט ער פון קראָקע און געווען אן אַבסאָלװענט פון א ראַבינער-שו?, און דעם ראַבינער ד"ר טהאָנס א תלמיד, אין אפּריל 1940, איז ער גלייך מיט אלע גענאַנגען אין געטאָ. זיין פרוי און איינציקע טאָכטער, וועלכע זענען דעמאָלט געווען אין קראָקע, האָבן שוין נישט באַויזן צו קומען קיין לאָדזש. די גאַנצע צייט, װאָס איך האָב אים געקאָנט אין געטאָ, האָט ער געלעבט איינזאַם. נאָכן אריינקומען אין געטאָ, ווערט טאַפע? דער אָפיציעלער געטאָדחזן אין דער שול אויף בזשעזשינער 22, מיט א געהאַלט פון 80 מאַרק א חודש. דעמאָלט -- אין ערשטן פּעריאָד פון לאָדזשער געטאָ זענען געווען פי? שולן און תפילה-הייזער. (אחוץ דער דער- מאָנטער, א גרעסערע אויף זגערזשער 24), װוּ די נעטאָ-אײנ- װווינער זענען געקומען אויסגיסן אין תפילה זייער ביטער הארץ. די שול אָבער, װוּ טאַפע? איז געװאָרן חזן, אין געווען, אזוי צו זאָגן, די אָפיציעלע שול. דאָרטן האָבן נעדאַװנט די פּני, מיט רומקאָווסקין אין דער שפּיץ. דאָס חזנות אין אָבער פאר משה טאַפעלן געווען נאָר א דעק-מאַנטל פאר זיין אייגנטלעכער באשעפטיקונג, וועלכער ער האָט זיך אָפּנעגעבן מיט לייב און לעבן -- דאָס געהיימע ראַדיאָ הערן.

passage_3c35317ced270e676f0dead7
Passage 4normalized OCR · source chars 3229-3937

טאַפעל אין געשטאַנען אין קאָנטאַקט מיט עטלעכע גע- זעלשאַפּטלעכע- און פּאַרטײײטוער, וועמען ער פלענט רעגולער איבערגעבן די ראַדיאָדנײעס., פון זיי זענען זיך די נייסן דורך פאַרשידענע קאַנאַלן פאַרנאַנדערגעגאַנגען צו גרויסע טיילן פון דער געטאָ-באַפעלקערונג, פארשטייט זיך, אז דאָס אלץ איז נעווען איינגעאָרדנט שטרענג קאָנספּיראטיוו, אין באַשטימטע שעהן, אויף באַ- שטימטע ערטער, זיין אַדרעס איז געווען באַקאַנט נישט מער וי צו 2 מענטשן., צוערשט האָט ער אינסטאַלירט זיין ,קעסטל" (אויב איך געדענק גוט) אויף באַזאַרנע נר. 13, שפּעטער אויף בזשע- זשינער 82, און צום סוף אויף מלינאַרסקע 11 -- װוּ מען האָט אים ארעסטירט, די בעסטע דירה איז געװוען אויף בזשעזשינער 82, וו ער האָט געוװווינט אלס איינציקער לאָקאַטאָר אויפן פערטן

passage_984f29c47c834d16cb3446a0