Original scan
Original memorial-book scan 141
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-959

ײ דיש לאַ ד ז ש 1237 שטאָק, אויפן בוידעם. אין דער פּאָדלאָגע האָט ער געהאַָט אן עפענונג, װוּ ער האָט נעהאלטן דעם אַפּאַראַט, איינמאָל, ארום 12 ביינאכט, האָט די דייטשע זשאַנדאַר- מעריע נעמאַכט א רעוויזיע אין הויז, זוכנדיק א שניידער, וועל- כער האָט אין װאַרשטאַט געזאָלט האָבן צונענומען שטאָף. פּלוצלינג, אין מיטן בעסטן הערן לאָנדאָן, מיט די טרייבלעך אויף די אויערן--ווי ער האָט עס אונדז צומאָרננס דערציילט--- קלאַפּט מען אין דער טיר. ער האָט נאָך באַװויזן דעם אַפּאַראָט צוצודעקן מיט א קישן, און געלאָפן אויפעפענען די טיר, אויף דער שווע? זענען געשטאַנען צוויי דייטשע זשאנדארמען. זיין רואיקייט און געלאַסענע האַלטונג האָבן ביי די דייטשן נישט ארויסגערופן קיין פאַרדאַכט, און נישט ארייננייענדיק אין שטוב --- זענען זיי אַוועק. נישט איינער װאָלט נאָך אזא איבערלעבונג, אויפנעגעבן דאָס געהיימע ראדיאָ-הערן. משה טאַפעל איןז אָבער נעווען א העלדישע נאַטור. ער איז נישט נתפּע? געװאָרן אפילן פון די דייטשע זשאַנדאַרמען, און מיטן זעלבן ברען פאָרגעזעצט דאָס ראַדיאָ הערן.

passage_388c93e19f082dd4128795dc
Passage 2normalized OCR · source chars 961-1993

ווען עס איז געװאָרן , הייס", ווען מען האָט זיך אָננע- שטויסן, אז יידישע מוסרים ווייסן זיין אַדרעס -- האָט ער אייננגעפּאַקט דעם ‏ אַפּאַראַט", װאָס איז באַשטאַנען נישט מער װוי פון א פּאֶר לאָמפּן און א בינטל דראָטן --- אין א װאַליזקע, מיטן בינט? גראַטעס און מיט דער הילף פון פריינד, האָט ער זיך איבערנעצוינן אויף אן אנדער דירה. א נידעריקער, עטװאָס איינגעבוינן, שטענדיק א הוסטנ- דיקער --- צוליב דעם ליידנשאַפטלעכן רויכערן, מיט רויטע, נישט אוױיסנעשלאָפענע אויגן (ווייל ראַדיאָ האָט מען געהערט דאָס רוב ביינאַכט), האָט מען אים געקאָנט טרעפן יעדן פרי- מאָרגן שלייכן זיך דורך די געטאַ-גאַסן. דאָס איז ער געלאָפן איבערנעבן די פּאַרטײפאָרשטײער די לעצטע ידיעות. טאַפע? האָט געקענט עטלעכע שפּראכן. דאָס האָט אים דערמענלעכט, מער וי אנדערע ראדיאָ-הערער, גענוי און פּינקט- לעך אויפנעמען די ידיעות. באַשאָנקען מיט א זעלטענעם זכרון, האָט ער קיינמאָל נישט נעמאַכט קיין נאָטיצן און דאָך געקאָנט פּינקטלעך און נענוי איבערגעבן, צום ביישפּיל: א האַלב-שעדיקע רעדע פון רוזוועלטן, אָדער א קאָמענטאַר פון לינדע?ל פרעזער (קאָמענטאַטאָר פון דער בי.בי.סי.),

passage_58f1d597d28087b34509ed06
Passage 3normalized OCR · source chars 1995-3080

זייענדיק א ב|"תורה, האָט ער שטענדיק זיך באַנוצט מיט פּסוקים און נלייכווערטלעך. עס איז געווען א נחת-רוח מיט אים צו פארברענגען. מיט פיל אינטעלינענץ און חכמה האָט ער קאָמענטירט די לעצטע געשעענישן, און תמיד געווען פול מיט האָפענונג און בטחון. אין טענ פון נוטע ידיעות, ווען ער אין געװוען ספּע- ציעל נוט אויפנגעליינט, האָט ער אונדז מהנה נעווען, א חוץ מיט חזנישע שטיקלעך, אויך מיט די פיינסטע אָפּערע-אָריעס, וועלכע ער האָט געזוננען מיט א פיינער, טיפער שטימע. פאר די פּאַרטײײשפּיצן זענען נאָר טאַפעלס אינפאָרמאַ- ציעס געווען מאָסגעבנדיק, ווען אַנדערע הערער האָבן געבראכט ידיעות, און זיי זענען דורך אים באַשטעטיקט געװאָרן --- האָט מען געװוּסט, אז זיי זענען ריכטיק. אין טעג פון גרויסע געשעענישן (דאָס לאַנדן פון די אלי- אירטע אין אַפריקע; דאָס פֿאַנדן אין סיציליע; דער געטאָ- עטראה אויפשטאַנד אין ווארשע) פלעגט טאַפעל ברענגען ידיעות יעדע פֹּאָר שעה, מאַכנדיק אויפציטערן אונדזערע הערצער. (די ידיעות זענען זיך אין א פֹּאָר שעה פאַרנאַנדערגעגאַנגען איבערן געטאָ). א דאנק טאַפעלן און אויך אַנדערע, איזן די געטאָ אינ- פאָרמירט געװאָרן אין געציילטע שעהן ועגן אלץ, װאָס עס פּאַסירט אין דער וועלט.

passage_a70e421b8ffc87c43fa3d056
Passage 4normalized OCR · source chars 3082-4243

געווען צייטן ווען די נעטאָ-אײינװווינער האָבן פּשוט נעפו- בערט צוליב די ראדיאָ-ידיעות. דאָס לאַנדן אין פראנקרייך פון די אַליאירטע; דער פאָרויסמאַרש פון די רוסן; אָבער זעלטן ווער האָט געװווסט, מיט וויפל העלדישקייט, ביי באדינ- גונגען פון שטענדיקער טויט-שרעק, די אינפאָרמאַציעס זענען באקומען געװאָרן. מיר זענען שוין געהאט אריין אין די ערשטע חדשים פון 1944, די ידיעות פון די פראָנטן -- אין דער ערשטער ריי דאָס פארנעמען דורך די רוסן א ריי מזרח-געביטן פון פּױלן, האָבן אונדז אָנגעהויבן צו געבן האָפענוננען, אז מיר ועלן דאָך ווערן אויסגעלייזט און קאָנען שמועסן מיט משה טאַפעלן, וי אזוי מען האָט געהערט ראַדיאָ אין געטאָ, די ווירקלעכקייט איז אָצער געווען אן אנדערע. אין א געוויסן נאָבמיטאָג, אין יוני 1944, האָט זיך בליץ- שנעל פארשפּרייט איבערן געטאָ די ידיעות, אז די , קריפּאַ"- אָנפירער טראָנן זיך אויף דראָזשקעס צו אלע ראַדיאָ-הערערס און ארעסטירן זיי. צוערשט זענען זיי געקומען צו טאַפעלן, אין מיטן בעסטן הערן, און מען האָט אים געכאַפּט מיט די טרייבלעך אויף די אויערן. װי עס האָבן דערציילט די שכנים, האָט טאַפעל רואיק אָנגעטאָן דעם מאַנט? און מיטן אַפּאַראַט אראָפּ- געגאננען צו דער דראָזשקע. איינער פון די נעזוכטע, װידאַווסקי, האָט זיך באַויזן חיים װידאַווסקי

passage_4fccb46006dfe6d05091572d
Passage 5normalized OCR · source chars 4245-4393

אױיסצובאַהאַלטן א פּאֶר טענ. אָבער נאָכדעם, װוי די , געשטאַ- פא" האָט נעדראָט זיינע נאָענטסטע מיט רעפּרעסיעס, איז װידאַווסקי באַגאַנגען זעלבסטמאָרד.

passage_a1176cd1dda66672d3f4b10d