יידיש לאַדוזש א. ציק ע ר ט בּאַרעכטיקונג בללף= 'עגעז דער גאָר לעצטער דור פון פּוילישן יידנמום און דורך דער אויסטערלישקייט װאָס האָט באַצייכנט דעם גאַנצן גאַנג פון אונדזעד דור, זענען מיר גלייכצייטיק די לעצטע יורשים װאָס זענען געבליבן אין דעם צעריבענעם הויזנעזינד פון דעם אזוי נרויסן פּוילישן יידנטום. א יחיד װאָס קומט פּנים לפָּנים מיט אַזאַ קאַטאַסטראָפע װוי די װאָס ס'איז אונדז באַפאַלן ערשט נעכטן, מעג פארלייקענען דעם אמת. אן איינצלנע פּערזאָן מעג אפילו אַנטלויפן פון אזא טראַגעדיע וי אונדזערע דורך פארלירן דעם גייסטיקן גלייכגעוויכט. א יחיד איז פאראנטװאָרט- לעך צו זיין אייגן געוויסן און צו דער באַגרענעצטער צייט פון דעם פּערזענלעכן לעבן.
א 52 קען נישט אַנטליפן פון געשיכטלעכן פאָרגן. א פאָלקס-קיבוץ, אזא וי דאָס איז געווען דאָס פּוילישע יידנטום קען נישט אָפּנעמעקט ווערן פון היסטאָרישן המשך אפילו ווען פיזיש האָט עס אויפנעהערט צו עקזיסטירן. מאָרנן װעט פּויליש יידנטום זיין בלויז נגעשיכטע פּונקט װי נעכטן איז עס געווען דינאַמישער, לעבעדיקער אמת. צווישן דעם דינאמישן נעכטן און דעם געשיכטלעכן מאָרגן שטייען מיר, דער לעצטער טראַ- נישער היינט פון דער פארגאַנגענער תקופה, דער דור װאָס קען זיין, אויב ער װויל, דער לעצטער -- דער לעצטער עדות פון חורבן אייראָפּע בכלל, אָבער גאר באַזונדערס דער ירמיהו און גלייכצייטיק דער יוסיפון פון חורבן פּױלן. דער אויסוואל איז אזוי שארף וי ר'איז גורלדיק. מיר קענען לאָזן אַלץ פאר דער אָפּשאַצונג פון מאָרגן, ווען דער צוקונפטיקער היסטאָריקער װועט מוזן געפינען פאר זיך די ענטפערס אין דעם לאַביריט פון נעשיכטלעכן פארװאָס און וי אזוי, מיר קענען אָבער כ?-זמן ס'האָט נאָך נישט געזעצט די לעצטע זון פון אונדזער דור, אויף גיך, אין גרויס איילעניש פאַרנאָטירן מיט היעראָגליפן און סטענאָגראַפיע די אַלגעמיינקייט, װאָס זאָל שפּעטער דינען װי אַ שליס? פאַר די װאָס װעלן פּרוּוון צעבינדן דאָס גרויסע רעטעניש; װאָס װעט פרעגן וי אַזױ איז עס מענלעך געווען אזא טאָטאַלע אױיסראָטונג פון מיליאָ- נען און פון טויזנט יאֶר אַנטװיקלונג אין אַזאַ קורצער צייט --- קוים אין דריי מיט א האַלבן יאָר.
דער אױיסװאָל געהערט אונדז. צוגלייך מיט אַ סך אַנדערע ביכער פון אַן ענלעכן אינ- האלט, איז אונדזער בוך דער ענטפער, אַז מיר האָבן אויס. געקליבן צו זיין אונדזערע אייגענע ירמיהו'ס און יוסיפונ'ס. דאָס איזן דער דיקטאַט פון אונדזער נור? און דאָס אין אויך דער דיקטאַט פון אונדזער אחריות. מיר האָבן נישט געקענט אויסוויילן די צייט פון אונדזער דור, אָבער מיר וילן אויך נישט אַנטלויפן פון דער צונעהעריקייט צו אונדזער צייט. שטייען מיר דעריבער ביים ראַנד פון לעצטן טאָג פון אונ- דזערע טויזנט יאָר געשיכטע און שיקן אונדזערע סיגנאַלן װי דאָס ליכט פון די שטערן װאָס דערגייט מאַנכעס מאָל טויזנט יאֶר נאָכדעם, װי דער שטערן אַליין אין פאַרלאָשן געװאָרן.
ס'איז אפשר מעגלעך, אַז מיר רעדן צו אַן אומבאַקאַנטן מאָרגן דערפאַר וויי? מיר האָבן נישט געפונען קיין דירעקטן נאָכפאָלג אין דעם היינטיקן דור. פאַרן יונגן זעלנער פון דער יידישער אַרמיי ואָס שטייט ביים סועץקאַנאַל, פאַר דעם יירישן װיסנשאַפטלער פון ני-יאָרק אָדער אינזשיניער פון לענינגראַד, איז דער אונטערגאַנג פון פּולישן יידנטום בלויז פּאַרגאַנגענהײט. אומבאַװוּסטזיניק איז פאַר דעם יוננן דור דער שארית החורבן װאָס וי?ל אויסלעבן זיין נעכטן אויך היינט, עפּעס אומנאַטירלעכעס, וי להבדיל, א גייסט װאָס האָט נאָך נישט געפונען זיין רו. ס'איז נאַטירלעך צו פֿאַר- שטיין דעם טויט, ס'איז אָבער נישט נאטירלעך צו פאַרשטיין רוחות פון אַן עולם התוהו, און אָט דאָס זענען מיר פאַר זיי. מאָרגן, ווען מיר וװועלן שוין מער נישט זיין, װועט פאַר זיי טאַקע זיין לייכטער אויפצונעמען װאָס מיר זענען אַדורכ- גענאנגען און וויפל ביישטייער מיר האָבן געגעבן פאַר זייער מער נליקלעכן קיום און המשך. מאָרנן װעט נעמאָסטן ווערן די גרויסקייט פון אונדזערע מעשים, היינט אָבער אין דער יונגער דור פארנומען מיט צוריקאויפבויען אַ יידיש הויז פון א נייעם שטיינגער און היינט זענען מיר דער גייסט װאָס האָט נאָך נישט נעפונען זיין רוֹ.
ס'איז קענן דער טבע פון מענטש צו באַציען זיך נאַ- טירלעך צום אומנאַטירלעכן. דערפון --- דער אומבאַװוסטזי- ניקער אָפּשטױס ביים יוננן דור פאַר וועלן קאָנטינואירן היינט דעם שטיינער לעבן װאָס מיר האָבן געפירט נעכטן.