0 א. ציקערט - בּאַרעכטיקונג און דאָך איז אמת דאָס אַלטע יידישע וװוערט?; גליקלעך זענען די עלטערן װאָס האָבן מיט װאָס מקנא צו זיין זייערע קינדער, יאָ, מיר האָבן אַ סך מיט װאָס מקנא צו זיין דעם יונגן דור. אָבער סיר וייסן אויך ואָס עס הייסט צאָלן א בלוט-פּרײיז און דער יוננער יידישער דור צאָלט אַ גרויסן בלוט-פּריין --- פיזיש און נייסטיק. דער יונגער דור ראַננלט זיך מיט דער געשטאַלטונג פון דעם נייעם ייד; דער יונגער דור װאָס איז אינטעלעקטועל אַ סך בעסער צונעגרייט ווֹי די פריערדיקע דורות, פּרוּווט דורך וויסן זוכן אַ קפיצת הדרך װאָס זאָל אים אין משך פון אַ דור אוֹן אפשר נאָך גיכעד דערפיו ן צו דער געשטאלט װאָס זאָל זיין אַזױ פאַרפולט מיט יידישע אידענטיטעט, וי ס'איז נעווען אונדזער פּויליש יירנ- טום נאָך אויספורעמעווען זיך אין משך פון טויזנט יאָר. הלואי זאָלן זיי זיין גערעכט אין זייער צוגאַנג, ווייל אין זייער נאַנצקײיט וועלן מיר אויך געפינען אַ תיקון.
וי מצבות שטייען די שטאַָטישע מנקסים אין די פַּאֲלִי- צעס. יעדעס בוך -- אַן אַנדער פּנים פון זעלבן קאַפּיטל: אויפקום --- אַנטוויקלונג און -- אונטערגאַנג. אין ערשטן אויננבליק קען מען מסכים זיין, אזן דער אויפקום אוֹן זי אַנטװיקלונג האָבן אַ באַרעכטיקונג פאַר יעדער שטאָט באַ- זונדער, זיי זענען פאַרנעקומען אין פאַרשידענע צייטן, אונ- טער פאַרשידענע באַדינגונגען און ס'האָבן זיך דעריבער אַנ- דערש אנטוויקלט איין קהילה פון דער אַנדערער. אָבער היות דער עיקר פון די אַלֶע פּנקסים איז דאָך דאָס פאַרנאָטירן דעם חורבן, שטעלט זיך נישט וילנדיק די פראַגע: צו װאָס די אַלע ביכער? דער אונטערנאַנג איז דאָך נעקומען היסטאָריש אין אַן איינציקע שעה.
דער אמת אָבער איז נאָר אַן אַנדערער. גענוג צו אילוסט- רירן דער היפּך פון אונטערגאַנג פון די צוויי גרעסטע יידישע ישובים אין פּױלן: וארשע און אונדזער היימשטאָט -- לאָדזש. אין ווארשע האָט דער אַריינפיר צום אױיסראָט גע- האט אַן אויסזען פון צעשפּליטערטקייט. דאָס געטאָ האָט אַחוץ דעם יידנראט געהאָט אַנדערע כוחות װאָס האָבן געפּראַװעט זייער איינענעם שטיינער לעבן. דער יחיד אין װאַרשעעװער נעטאָ, אויב ער האָט געוונסט וי אַזױ און געהאַט דעם כוח דערצו, האָט ער געקענט אֶנהאַלטן דעם קאָנטאַקט מיט דער דרויסנדיקער וועלט. די גרויסע אויסזידלונג פון 1942 און די לאַנע אויפן אומשלאַנפּלאַץ, דאָס װאַלגערן זיך פון מתים אין די גאַסן און די הוליאַנקעס אין די נאַכט-לאָקאַלן אין דער זעלבער צייט -- אָט דאָס אַלְץ מאַכט דעם איינדרוק פון אַ פולשטענדיקע אומאָרדענונג. אָבער פון אָט דער צעשפּלײ טערטקייט האָט אַרויסנעפלאמט מיט אַמאָל אַן אייניקייט װאָס האָט נישט נעחאָט קיין נלייכן צו זיך. ווען דער אויפּשטאַנד האָט זיך צעפלאַקערט אין ואַרשעווער נעטאָ, האָבן די קעמ- פער זיך נעשלאָגן אין נאָמען פון די נאַנצע דרייסיק טויזנט געבליבענע יידן. אַזױ אַרום האָט דער אונטערנאנג פון ואַר- שע אָנגעהויבן זיך מיטן יחיד און אוױיסנעלאָזט מיטן נאַנצן יירישן קיבוץ.
אין לאָדזש איז דער זעלבער חורבן פאָרגעקומען פּונקט להיפּך. כמעט פון ערשטן טאָג, ווען די דייטשן זענען אריין אין אונדזער היימשטאָט, האָבן מיר געהאט א פאָרשטייער- שאַפט, וװאָס איז געווען אומצויידייטיק. מרדכי חיים רוטמ- קאָווסקי צוזאמען מיט זיין בייראט זענען געווען די אָנפירער. נישט געווען קיין אַנדערע דעה-זאָנערס. מיטן אויסטוישן דעם דייטשן מאַרק אויף געטאַינעלט אין איבערגעריסן געװאָרן פולשטענדיק דער קאָנטאַקט צװישן דעם געטאָ-יחיד און דער אויסערלעכער וועלט. דאָס אויסזידלען פון געטאָ איז פאָרנע- קומען לויט ליסטעס און רעגיסטראציעס. פון הוננגער איז מען טאַקע נעשטאָרבן אויך אין לאָדזשער נעטאָ, אָבער וועגן הו" ליאַנקעט האָט אונדזער אַזו-גערופענער נעטאַיאַנער" נישט געקענט אַפילו חלומען. אַלְץ האָט אין לאָדזשער געטאָ געהאט א סדר -- אַחוץ דער סוֹף. ביים סוף זענען יידן אַװעק וי יחידים, וי זיי װאָלטן אָפּנעדאַװנט זייער לעבן יעדער באַזונ- דער. טאָג נאָך טאָג זענען די טראַנספּאָרטן נגעקומען קיין בירקענאַו בעת דער לעצטער אויסזידלונג און זיי האָבן מיט זיך געבראכט דאָס זעלבע בילד.
אין נעטאָ האָבן מענטשן זיך געטראָגן פון איין גאָס אין דער אַנדעדער, פון איין דירה אין דער צוייטער און די גרע- נעצן פון געטאָ זענען געװאָרן ענגער און ענגער. יעדן טאָג האָבן אַנדערע משפּחות און פּערזאָנען באַשלאָסן, אַז ס איז נישטאָ אויף װאָס צו וארטן -- האָט מען זיך אָנגעשלאָסן אין דער אויסזידלונג. די גרעסטע טיי? האָט נאָך אַפילו נישט געוװוסט, וואָס אויסזידלונג מיינט, אין מען גענאַנגען -- וי יחידים וואָס האָבן אויסנעפילט די װאַגאָנען.
אָט די אַנדערשקייט פאַרלאַנגט פאַרצייכנט און באַהאַנדלט ווערן, כדי דער צוקונפטיקער היסטאָריקער זאָל נישט פֿאַר- פירט ווערן און מיינען, אַז ווען מען װאָלט אפשר אַנדערש געהאַנדלט", װאָלט דער רעזולטאט נעווען אַן אַנדערער. מער נאָך; אויב די אַלגעמיינע שטריכן פון יעדער קהילה אין דער שעה פון אומקום זענען געווען אַנדערש -- זענען די איינצל- הייטן אינעם קהילה-לעבן אין דער צייט פון חורבן געוען נאָך מער פאַרשידנאַרטיק און פאַרשידנפאַרביק, אָט די איינצל- היימן זענען עס די ציגל פאַר דעם צוקונפטיקן בויער פונעם קאַפּיט?; פּויליש יירנטום אין דער צייט פון אונטערגאנג. צו דעם קאַפּיטל טראָנן מיר צו אויך אונדזער ביישטייער וי אַ קאָלעקטיוו. מערערע יחידים האָבן שוין געשריבן וװועגן אונ- דוער היימשטאָט און ווענן אונדזער נגעטאָ. מיר וילן איבער- לאָזן דעם אָפּקלאַנג פון אַ מאַסע װאָס האָט צוריקגעקוקט אויף לאָדזש, נאָך אַ שפּאַן פון עטלעכע צװאַנציק יאָר -- נאָכן אונטערגאַנג פון יידישן שטיינער-לעבן אין פּוױלן און האָט אין דאָזיקן צוריקבליק אַ לעצט מאָל געזאָנט צו דער געשיכטע: יהי זלרם. ברורםש,;