Original scan
Original memorial-book scan 15
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-37

י. קערש יידיש לאָדוש 1 יידיש לאָרזש

passage_71bddef06ceb85744ccf0f87
Passage 2normalized OCR · source chars 39-1581

אויף וויסטע זאמדיקע פּליינען צווישן די מטייכלעך לודקאַ און יאשענקא איז אויפגעבויט געװאָרן א נייע שטאָט: לאָדזש. אין יאָר 1820, דעם 18טן סעפּטעמבער, איז לאָרזש דערקלערט געװאָרן, וי א פאבריק-שטאָט, דורכן ווארשעווער נאַמיעסטניק. שנעל זיך פאַרנאנדערגעבויט און איינגעשלונגען די קליינינקע ישובים ארום. בלויז אין דער אומנאַנגישפּראַך איז נאָך פארבליבן ווילקי, זשובאַרדז און אנדערע נעמען. פארװאָס די דאָזיקע פּוסטע געגנט מיט די זומפּיקע ערטער האָבן זוכה געווען צו אזא שנעלן װוּקס װעט ואַרשײינלעך בלייבן א רעטעניש. די גרויסע פאבריקן האָבן שנעל פארשמוצט די קליינינקע טייכלעך. די יינגסטע שטאָט אין פּוילן האָט זיך אַנטװיקלט אָן א קאָמו- ניקאציע-טייך, אָן א זייט פון די אלטע גרויסע האַנדלס- שליאַכן. קען זיין, אז דווקא די וויסטקייט און במילא די בילי- קייט פון דער ערד האָט נעשפּילט דאָ א גרויסע ראָל. אין 1801 האָט שוין לאָדזש פאַרמאָגט מעכאַנישע מאַשינען און עס איז פאָרגעקומען א בונט פון די מאשינען-צעשטערער. די האַנט- וועבער האָבן אין דער מאַשין געזען א געפערלעכן קאָנקורענט. בחפּזון איז אױיסגעװאָקסן לאָדזש. אָן א פּלאַן, אָן גערט- נער ,אָן שיינע הייזער און פּאַלאַצן. די גאָסן זענען געווען ענג, שמאָל, נישט צוגעפּאַסט צו א גרויסן פארקער. דער גרויער רויך פון די פאבריק-קוימענס האָט פארצויגן דעם הימל. די סירענעס פון די פאבריקן און דאָס קליננען פון די פייער- לעשער זענען געווען די מוזיק פון דער שטאָט, און דאָך האָט לאָדזש ארויסגעגעבן מוזיקער, מאָלער (און דווקא גרויסע) און שרייבער, װאָס האָבן באַזונגען, באַמאָלט און באשריבן, אויסגעכישופט א ועלט פון קלאַנגען, פאַרבן, קאָ- לירפולע טרוימען און חלומות. אויף דער דאָזיקער וויסטער ערד זענען אין יאֶר 1828

passage_b0827e29df0e4979ce50779f
Passage 3normalized OCR · source chars 1582-2331

געקומען דייטשן פון שכנותדיקן בייערן און זאַקסן, וועלכע האָבן באקומען גרויסע פּריווױלעגיעס און ערד. זיי האָבן אויפ- געבויט די ערשטע טעקסטיל-פאבריקן. אי עס איז געווען נאָענט צום , היימלאַנד", אי עס איז געװען א מעגלעכקייט צו נוצן אָן שוועריקייטן דעם גרויסן רוסישן מאַרק. מיט דער צייט האָבן אויך יידן זיך אריינגעטאָן אין דער טעקסטי?-אינדוסטרי. די יידן פון די ארומיקע שטעטלעך האָבן געזוכט חיונה-מעגלעכקייטן און זיי געפונען אין דער נייער שטאָט, רייך און פארשידנאַרטיק האָט זיך אַנטװיק?ט דאָס יירישע לעבן אין לאָדזש. עס איז געווען א כסדרדיקער צופלוס פון יונגע ענערנישע מענטשן פון דער פּראָווינץ. אין די יאָרן צווישן ביידע וועלט-מלחמות (1918 -- 1939) האָט זיך ברייט און פארשיידנפארביק צעצווייגט א יידיש-געזעלשאַפטלעך, פּאָליטיש, עקאָנאָמיש און קולטור-לעבן.

passage_65adcb4b8937d6f07d4c0ae9
Passage 4normalized OCR · source chars 2333-3435

די יירישע מאַסע איז באַשטאַנען פון א מיטלקלאס (חוץ איינציקע גרעסערע נבירים) און אַ גרויסן אָרעמען פּראַלעטאַריאַט, די יידישע באַפעלקערונג, קאָנצענטרירט אין באַלוט און אומר געגנט, האָט זיך פארנומען אין דער ערשטער ריי מיט אלערליי טעקסטיל-אַרבעט (וועבעריי, זאָקן, טריקאָטאַזש א. א.) און אויפן צווייטן אָרט איז גענאַנגען שניידעריי. סיי דער יידישער מיטל- קלאָס, סיי די ארבעטער האָבן געזוכט צו שאַפן אינסטיטוציעס פון קעגנזייטיקער הילף און אונטערשטיצונג. אזוי אומזיכער און נישט סטאַבי? איז געווען די עקאָנאָמישע באַזע. ‏ עס האָבן עקזיסטירט א ריי אינסטיטוציעס, חברות, פאריינען, קאַסעס, פון וועלכע עס האָבן גענאָסן נישט בלוין דער האַנטװערקער און כאַלופּניק, דער קליינער סוחר און הענדלער, נאָר אויך דער מיטלקלאָס האָט געמוזט אָנקומען צו זיי. די ארבעטער האָבן זיך אָרגאניזירט אין פּראָפּעסיאָנעלע פאריינען. שטרייקן זענען פאָרגעקומען שווערע און ביטערע. פּאָליטיש האָט זיך דער בירגערלעכער לאגער געטיילט צווישן , אנודה" און ציוניסטן. אין דער קהילה האָבן דאָמינירט די אגודה-לייט, אָבער ביי ואַלן צום סיים האָבן די ציוניסטן שטארק אפּעלירט צו דער יידישער באַפעלקערונג, און לאָדוש האָט אויך געוויילט אַלעמאָל אַ ציוני.

passage_cd9e83ac1c7c4bc22a0a5e37
Passage 5normalized OCR · source chars 3437-4023

אויף דער ארבעטעריגאס איז פאָרנעקומען א שוװוערער קאָנקורענץ-קאַמף צווישן , בונד" און די קאָמוניסטן. אויך די לינקע פּועלי ציון האָבן געהאָט אין לאָרזש א גוט אויסגעבויטע אָרגאניזאציע. די רעכטע פּועלִי ציון זענען געווען שװואַך. געווען אויך א גרופּע אומאָפּהענגיקע און א קליינע גרופּע אַנאַרכיסטן. צווישן די ביידע לאַנערן האָבן זיך געפונען די פאָל- קיסטן, וועלכע האָבן געהאָט א געוויסן איינפלוס אין די האַנט- ווערקער-קרייזן. אלע פּאַליטישע באַװעגונגען האָבן געהאַט זייערע יונגנט- און קינדער-אָרנאניזאציעס. ווען עס פלענט קומען א זומע-- דיקער שבת פלענט מען זען מאַסן יוגנטלעכע, אין אוניפאָרם

passage_de8a326aa5b5c8df60cbbbed