Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 144
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-57

140 | יידיש לאָדוש איזאַק װײנבערג דער קאַמף פאַרן לעבּן

passage_62545b2e2b1b9e6db404fa37
Passage 2normalized OCR · source chars 59-1638

מיין נאָמען איז יצחק וויינבערג, אָדער וי מען רופט מיך שוין לאַנגע יאָרן --- איזאַק, איך בין געבוירן געװאָרן אין פּינטשעו, אַ קליינטשיק שטעטעלע אין קעלצער געגנט. אין לאָרזש פלעגט אומגיין אַ ווערט? , אין פּינטשעוו טאָגט שוין' -- אַ רמן אויף דער נאַאיווקייט פון מיינע לאַנדסלייט, געווען זענען מיר 21 קינדער --- פון צוויי מאַמעס. איך בין געווען אַ קינד פון דער ערשטער מאַמען ע"ה. פון דעם גרויסן געזינד? זענען נאָכן חורבן לעבן געבליבן נאָר צויי: אַ שוועסטער, װאָס איז אַװעק קיין ישרא?ל אין 1929, און איך, אַזא גרויסע משפּחה איז שווער געווען צו דערנערן. מען האָט מיך דעריבער נאָך אַלס קינד אַרױסגעשטופּט ממש קיין לאָדזש, קיין פּלאַץ איז פאַר מיר אין מיין היים נישט געווען. אין לאָרזש האָב איך זיך געװאַלגערט פון איין אָרט אין אַ צווייטן, פון איין קרוב צום אַנדערן, ביז איך בין געװאָרן אַ קעלנער ביי יאַקובאָװיטשן אויף זאַװאַדזקא ס, קעננאיבער מיין אַרבעטספּלאַץ האָט געהאַט אַ רעסטאָ- ראַן שמואל פריימאַן, באַקאַנט אַלס דער ,ברודיקער שמוא?". אין זיין רעסטאָראַן פלעגן אַריינקומען יידישע שרייבער, קינסט- לער, אַקטיאָרן כאַפּן אַ , שטיקל קישקע". אָט דער ,ברודיקער שמוא?" האָט געזען מיין פלינקייט און מיך אױיסגעכאַפּט, אַריכערגענומען צו זיך. פאַרשטייט זיך שוין אויף בעסערע באַדיננוננען. אַ פּאָר יאָר האָב איך דאָרט געאַרבעט, גוט פאַרדינט און געווען בכוח אין 1928 צו עפענען אַן איינענעם רעסטאָ- ראַן אויף פּיעטריקאָװער 64, און שפּעטער אויך אַ װורשטן- געשעפט. איך האָב חתונה געהאַט און געלעבט א שיין לעבן מיט מיין פרוי און קינד, אין דער פּוליש-באָלשעװיסטישער מלחמה (1920) בין איך געווען אויפן פּראָנט הינטער קיעוו מיטן 4טן פּולק. איך האָב זיך קיינמאָל נישט געפוילט און באַמיט זיך אויסצוציי-

passage_d8b41b88a6779fbf9fcefac4
Passage 3normalized OCR · source chars 1639-2693

כענען. אין מיליטער האָב איך באַקומען דריי מעדאַלן און זיך דערדינט צו דער ראַנגע פון אַ סערזשאנט. פאַר אַ ייד, דערצו אַן אָרעם אַרבעטס-קינד, איז דאָס געווען זייער אַ סך. אין 1927 האָט מען די רעזערוו-דסערזשאַנטן מיט אויסצייכע- נונגען געגעבן אַן אפיצירן-טיט? און דערלויבט אָנצוטאָן אַן אָפיצירן-מונדיר אויפן פּאַראַד לכבוד דער קאָנסטיטוציע פון 8טן מאַי. איך פלעג טאַקע פּאַראַדירן דערין. איך בין אויך געווען אַ מיטנליר אין קאָמבאַטאַנט-פאַרבאַנר. אַזױ האָב איך געפירט אַ רואיק לעבן ביז 1999. ווען די מלחמה איז אױיסנעבראָכן, האָב איך די פרוי און דאָס קינד אַװעקנעשיקט קיין טשענסטאָכאָון אין איר הײימשטאָט. איך אַליין בין געבליבן אין לאָדזש, כדי צו פּרובירן עפּעס אֶפּראַטעװען פון אונדזער פאַרמעגן. וי לאַנג די געטאָ אין נישט געווען געשלאָסן, איז קיין הונגער נישט געווען, הנם עס זענען געווען אַ סך הונגעריקע. מען האָט נאָך דערוייל געװוינט אין די אַמאָלִיקע דירות. אָבער צרות האָבן נישט געפעלט. עס אין געװען אַ הפקר- וועלט. יעדער דייטש, אָדער אַ פּאָליאַק װאָס האָט זיך אָנגע- געבן אַלס , דױיטש-קאַטויליש", האָט געטאָן מיט אייך װאָס עס איזן אים נאָר געפעלן.

passage_0fdb11f25db1e95f8309c629
Passage 4normalized OCR · source chars 2695-3589

אֶם איזן אַריינגעקומען אין מיין רעסטאָראַן אַ דייטשער זעלנער, געוויס דורך אַ מסירה, און זיך געפרענט אויף איזאַק וויינבערג. איך האָב אים נעזאָגט, אַז דער ייד ויינבערג איז אַװעק און דעם רעסטאָראַן פיר איך, אַ פּאַליאַק, װאָס האָב עס ביי אים צונענומען. געזען, אַז עס װערט הייס, בין איך אַריבער נעענטער צו דער יידישער געגנט אויף נאַװאָמיעיסקא 4. איך האָב אַלץ נאָך געטראַכט, אז עס װועט מיר געלוננען אָפּצוראַטעװען מיין רעסטאָראַן און דאָס װווּרשטן-געשעפט. דאָס שאַפן די געטאָ האָט געהאַט צויי עטאַפּן. איינער איז געווען; דאָס אַריײינטרײיבן אין געטאָ אַלע יידן, װאָס האָבן געוווינט אויסערן געטאָדתחום. דער צוייטער עטאַפּ: דאָס פאַרמאַכן די געטאָ. די פאָלקס-דייטשן האָבן זיך פאַרנומען מיטן אויסזוכן די יידן און זיי טרייבן אין געטאָ אַרײן. דערביי פלענן זיי באַראַבעװען די יידישע וווינוננען. זיי פלענן קומען פּלוצלינג און אַרויספירן אַלעמען, און מיט געשרייען, קלעפּ און שיסע- רייען טרייבן אין געטאָ,

passage_b8d830e9ba267ab82c4af6d5
Passage 5normalized OCR · source chars 3591-4111

אויך איך האָב אַריינגעטראָפן אין אַזאַ אַקציע, אין באַ- קאַנטן בלוטיקן דאָנערשטיק. די פאָלקס-דייטשן האָבן צענוים- געקליבן א סך יידן, אויסגעשטעלט זיי און נעטריבן. די אַלע, וועלכע זענען אָפּגעשטאַנען אין וועג, אַלע װאָס האָבן געװאָגט זיך אומצוקוקן צו זייערע חרובע היימען -- זענען דערשאָסן נעװאָרן, אין געטאָ זענען מיר אָנגעקומען א העלפט פון די צענויפגעטריבענע. דער מוראדיקער הונגער האָט זיך אָנגעהויבן נאָכן פול- שטענדיקן אָפּשליסן די געטאָ. און מערקווירדיק --- נאָר אין א נויט דערקענט מען אַ מענטש. די בעסטע פריינד זענען

passage_4fa28dd10a7ea5c1cc5deaa8