Original scan
Original memorial-book scan 145
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1051

איזאַק וויינבערג -- דער קאַמף פאַרן לעבן 141 געװאָרן די גרעסטע מוסרים. מען האָט געמסרט פאַר דער דייטשער , קריפּאָ?" (קרימינאַל-פּאָליצײי), אַז דער אָדער יענער האָט בריליאַנטן,. אין דער , קריפּאָ" האָט מען מוראדיק גע- שלאָנן. דער װייטאָג איז געווען גרויס, אָבער די חרפּה, װאָס ,איינענע? האָבן אויסנגענעבן איז געווען נאָך גרעסער. מרדכי חיים רומקאָווסקי, דער יודענעלטסטער, האָט זיך געפירט וי אַ קייסער. צו דער צרה מיט די דייטשן האָט מען זיך אויך נעמוזט היטן פאַר אים און זיינע משרתים. זוכנדיק אַ עג צו לעבן האָב איך אויף לאַנעװוניצקא 4 געעפנט אַ רעסטאָראַן מיטן קליננגענדיקן נאָמען , אייראָפּע?. צו אזא אונטערנעמונג אין אַזאַ צייט האָב איך נעמוזט האָבן שותפים. מיינע שותפים זענען געווען: נעדולד, לעאָן אָפּאַטאָוסקי, בייגעלמאן, בערמאַן און אולינאָווער. דער לעצטער איז געווען אַ מיטנליד אין רומקאָווסקיס בייראַט. אים האָט מען געדאַרפט האָבן צוליב , כשרות". אָבער דאָס האָט נישט געהאָלפן. ווען רומקאָווסקי האָט זיך דאָך דערװוונסט וועגן דער עקזיסטענץ פון אַ רעסטאָראַן אָן זיין דערלויבעניש, האָט מען מיך אַרעסטירט. 2 חדשים האָט עקזיסטירט מיין רעסטאָראַן.

passage_4b25c0352a786af66403e7bb
Passage 2normalized OCR · source chars 1053-2086

קודם 2כ? האָט מען מיך נוט צעשלאָגן, דער שלעגער איז געווען איינער אייזמאן, א נעוו. טרעגער מיט א פּאָר איי- זערנע הענט. דאן האָט מען מיך אריינגעװאָרפן אין תפיסה. געזעסן זענען מיר 80 -- 40 מאן אין א קליין שטיבל, ארומ" נעגאַנגען זענען מיר נאַקעט. עסן האָט מען אונדז גענעבן איין מאָל אין מעת לעת. עס איז נישט געװען אויסצוהאַלטן. פיל בעסער האָב איך זיך נעפילט, ווען מען האָט מיך געשיקט פירן און שלעפּן , פּעקאַליע" (מענטשןאָפּפאל). עס אין מיר דאָך געלונגען, נאָך א חודש שלעפּן דאָס , שמעקעדיקע פעסל", צו קריגן ארבעט אויפן גוטן אָרט. איך האָב זיך געמאָלדן צו דער שוידערלעכער ארבעט, וייל פאר אזא ארבעט האָט מען נעקראָגן א בעסערע זופּ. אין 1942 איז געװען אן אומדערטרעגלעכער וינטער. צו הייצן איז נישט נעווען מיט װאָס. די הונגעריקע מענטשן זענען מאַסנװייז פארפרוירן געװאָרן און אזוי טויט-פארפרוי- רענע האָט מען זיי געבראכט אויפן גוטן אָרט. מען האָט זיי נישט נעקענט אויסגלייכן, נישט טאָן זיי, זייער רעכט. אָט אזוי צעקרימטע, איינגעדרייטע, אָפּטמאָל פארפרוירענע מאַ- מעס מיט די עופעלעך אויף זייערע הענט -- האָט מען זיי ארייננגעליינט אין די קברים,

passage_eecda96f477a9f65ac831674
Passage 3normalized OCR · source chars 2088-3089

איך בין ארויס פון געפענגעניש. א געװו. קליענט, א פריינד, זיין נאָמען איז ראַטנער, איז געווען א ריכטער, ער האָט מיינע פּאַפּירן צעריסן, אויסגעמעקט מיך צװישן די לעבעדיקע און פאַררעכנט צווישן די טויטע *. אזוי האָב איך ווייטער געלעבט אָן א נאָמען, נישט באַקומען גאָרנישט קיין שום צוטיילונג. די צוטיילונג איז געווען דאָס איינציקע, װאָס האָט נאָך אויפגעהאַלטן די נשמה. אָבער איך האָב דאָך גע- מוזט זיך אן עצה געבן, די דערפינדערישקייט אין אזא פאל איז אין לשער. אין מאַרישין האָב איך צענויפגעזאַמלט זשאַבעס, אריינ- * יעדער געטאַָ-ײד, װאָס איז וװען נישט איז געזעסן אין דער געטאַ-תפיסהו, איז געװען פון די ערשטע אױסגעזידלט צן װערן --- ובאַמ. פון רעדאקציע). געלייגט זיי אין א פעס? און יעדן טאָג ארויסגענומען צויי זשאַבעלעך און זיי געקאָכט. װי א געניטער קוכער האָב איך זיי צונעפּראַװעט און זיך דערנערט מיט זיי א געוויסע צייט, ווען דאָס האָט זיך אוױיסנעלאָזט האָב איך צונעקלערט א נייע זאך. איך האָב געװווינט אין פארישין ביי דער װאַנט פון גוטן אָרט, פלעג איך ארויסניין פארטאָג, אָנשטעלן פּאַסטקעס און כאַפּן האָזן.

passage_922cc201d7d901ff86518159
Passage 4normalized OCR · source chars 3091-4194

אָבער וויפ? האָזן דרייען זיך דאָס ארום אין א הונגערנ- דיקן געטאָ? אויך דאָס האָט זיך נגעענדיקט. איך האָב געמוזט אָנקומען צו מיין קוכערישער קענטשאַפט. איך האָב. אויסגע- גראָבן װאָרצלען פון קרויט און צוזאמען מיט שאָלעכץ (שאָלן פון קאַרטאָפל) פון די קיכן זיי נעקאָכט אינאיינעם. געגעסן האָב איך דאָס מיט צונעמאַכטע אוינן. פון הונגער האָב איך געהאַט שלאָפּלאָזע נעכט. דאָס נישט דערעסן, בעסער געזאָגט דאָס נישט עסן, האָט מיך פולשטענדיק אויסנעמאַטערט. איך האָב געזוכבט מיט עפּעס צו פארשטופּן דעם מאָנן כדי צו קענען שלאָפן. איינמאָל האָב איך געפונען א טויטן פוינל, און נישט קיין סך קלערנדיק אים אָפּגעקאָכט און אויפגעגעסן. משמעות, אז ער איןז געווען א קראַנקער פוינל. איך בין שיער נישט געשטאָרבן. אָבער עס אין מיר נישט באשערט געוװוען צו שטאַרבן. אזא לעבן האָב איך נעפירט ביו 1944. דאַן האָט מען מיך געשיקט קיין אוישוויץ און עס האָט זיך אָנגעהויבן א נייער קאמף פארן לעבן. צו דער סכנה פון א הוננער-טויט איז צונע- קומען דער דייטש מיט זיין געווער און קרעמאַטאָריע. איך בין אָנגעקומען קיין בירקענאו אין לאנער נר. 19, אָנגעקומען בין איך, בעת מען האָט פארענדיקט דאָס אומ- ברענגען אין אויוון 100.000 אונגאַרישע יידן.

passage_fa4a488851238920cbd1e430
Passage 5normalized OCR · source chars 4196-5261

אָפּגעװען אויף גרויסע צרות אייניקע װאָכן, האָט מיך דערקענט א געוו. נאַסט פון מיין רעסטאָראַן,. משהל , חסיד", ער און זיין פריינד יאַנעק ‏ צינאַן" זענען געװוען צויי אונ- טערוועלט-מענטשן. דאָ זענען זיי געווען די הויפּט-מחותנים ביי די אויוונס. כדי זיך צו שאַפן , פּראָטעקציע" ביי די דאָזיקע צוויי , חסידים" האָב איך זיי אוועקנעגעבן א טייערע מתנה פון מיין פרוי, א נאָלדענעם זייגער, שאַפהאַוזען. ביינאַכט זענען זיי געקומען און מיטגענומען מיך קיין אוישוויץ און געוויזן די , ואַש"-אַנשטאַלטן און די אויוונס. ביי די אויוונס זענען געשטאַנען עמערס, װוּ מען האָט אריינ- געװאָרפן די נאָלדענע ציין, ארויסגעריסענע ביי די טויטע. עס זענען געווען פולע עמערס מיט מענטשלעכע צין, אָפט מיט שטיקער פלייש נאֶך. זיי האָבן מיר געגעבן א ברויט -- און דאָס איז געווען א שטיק לעבן -- און צוריקגעפירט. זיי האָבן מיר געראַטן צו אַנטלויפן, וויי? קיין לעבעדיקע גייט מען פון דאַנען נישט ארויס. אָבער וי אזוי אַנטלויפט מען? דאָס האָבן זיי נישט געקענט זאָגן. װאָלטן זיי יא נעװווסט, װאָלטן זיי זיכער אליין געמאַכט אזא פּרוו. יעדנפאַלס האָב איך גענומען זוכן אן אויסוועג ארויסצובאַקומען זיך פון אוישויץ.

passage_f9ce8c4b82782c26e7189614
Passage 6normalized OCR · source chars 5263-5470

אומנעריכט האָט מיך דערקענט א קווזין פון קראָקע, איטשע העשעס. זיין פונקציע איז געווען צו זיין דער מיסט- פירער פון לאַנער. ער האָט געהערט צום מיחוס", צו דער ,קאַנאַדע", ער האָט באמת געװאָלט מיר העלפן. איך האָב

passage_3e5bbd16b1dccda5d3fec2f5