Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 147
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1048

ייויש לאַָדזש 143 פעליע ראַזענבלום-:פערעלטאן 8 מידלעך פון לאַדושער נגעטאַ דער ערשטער ווינמער אין געטאָ איז געווען זייער א שווערער. די באַפעלקערונג האָט געליטן פון הונגער און קעלט. א סך עלטערע מענטשן האָבן זיך נעליינט שלאָפן --- און מער נישט אויפנעשטאַנען. אין זיינע רעדעס האָט רומקאָווסקי נגעטרייפט די קינדער: --- ווען אייערע עלטערן װעלן שטאַרבן, װעל איך זיין אייער פאָטער... געװווינט האָבן מיר אויף מלינאַרסקע 21. מיינע עלטערן --- זייער פרומע מענטשן, זענען אין די געטאָ-טעג נעווען אומ- באַהאָלפן. איך בין נעווען רי עלטסטע (מיר זענען נעווען צוויי שוועסטער און צוויי ברידער) און נעפילט, אז אויף מיר לינט דער חוב צו פארזאָרגן אונדזער משפּחה. אָנשטאָט שטיין אין דער ריי נאָך א זופּ אָדער ברויט, בין איך געלעגן אין בעט און געוויינט. מיין שטימונג איזן געװען א נעדריקטע, דאָס געפי?ל, אז איך טו נישט מיין חוב לגבי דער משפּחה -- האָט ביי מיר ארויסגערופן נאָך מער טרערן. --- פאַרװאָס ביזטו אזוי שטאָלץ? האָט מיין 10 יאָריקע שוועסטער? מיר פאָרגעװאָרפפן --- אַלע שטייען דאָך אין דער ריי... פאר מיר איז עס געװוען -- װי מען װאָלט א נדבה אויסגעטיילט...

passage_7ab84925c2b9bcaf9de0d9d3
Passage 2normalized OCR · source chars 1050-1995

סוף ווינטער איז נעקומען א נאָכפראַגע אויף פרי- וויליקע אַרבעטער קיין רײיטשלאַנד; פרויען פון 18 ביז 80 יאָר אַלט, פון פארטאָג זענען שוין פרויען געשטאַנען אין דער ריי, זיך צו פארשרייבן, כאָטש מען האָט געדאַרפט בלויז 0 פרויען, האָבן זיך צוגעשטעלט עטלעכע טויזנט. פּאָליצײ האָט געמוזט רעגולירן די רייען. טייל האָבן אפילו נישט געזאָגט וועגן דעם אינדערהיים. איך האָב געפרעגט מיינע עלטערן, צי זאָל איך אװעקפאָרן אויף אַרבעט. מיין מאַמע האָט מיר נעענטפערט: --- פאָר מיין קינד, און ראַטעװע זיך.. פון די אלע רעניסטרירטע האָט מען אויסגעקליבן 68 מיידלעך. איך בין נעווען די לעצטע, ווייל גענומען האָט מען לויט דער ריי פון פאַמיליע-נעמען. איך האָב זיך נישט געריכט, אז די מעדיצינישע קאָמיסיע װועט מיך אַקצעפּטירן --- אָבער --- טען האָט מיך אָנגענומען. מען האָט אונדז צוזאמענגענומען אויפן באַלוטער מאַרק, און פון דאָרטן האָט מען אונדז אַוועקנעפירט. נעבראַכט האָט מען אונרז קיין רייטשלאַנד, אין אַן אָרט, װאָס הייסט אונטערריון, ביי לאַנרסבערנ. נאָך דער גרויער,

passage_02eb2f570850923d90817743
Passage 3normalized OCR · source chars 1997-3078

ענגער געטאָ, האָט די נאַטור ארום די פריש-נעבויטע באַראַקן אונדז באַצױבערט. אזוי פי? נרינס, און פרייע פעלדער, און פיינל זינגען אויף די ביימער. סיר זענען געווען יונג, און די שטימונג ביי אונדז נאָכן נעטאָ --- איז געװאָרן האָפּענוננספול, דאָס עסן אין פארנלייך מיטן געטאָ --- איז געווען נישט שלעכט. מיר האָבן יעדן אֶוונט זיך צוזאמענגענומען און געזונגען לידער, מיר האָבן געשריבן צו די עלטערן, אַז אונדז איז דאָ נוט -- און דעריבער האָבן א סך מענטשן זיך פארשריבן אויף אַרבעט. מיר האָבן אויך געוונסט, אַז א דאַנק אונדזער אַרבעט, באַקומען די עלטערן אױיסנעצאָלט 9 מאַרק א חורש. אונדזערע באַראַקן זענען נעווען ארומגעצוימט מיט דראָט, ווען מיר האָבן ווענן דעם אָנגעפּערעגט ביי דעם דייטש הער שמידט, וועלכער האָט מיט אונדז פאַרװאַלטעס, האָט ער אונדז געגעבן א פּשוטן ענטפער; --- איך בין פאַראַנטװאָרטלעך נאָר פאר 08.., געאַרבעט האָבן מיר אויפן פעלד ביי פלאַקס, פון וועלכן מען האָט שפּעטער געמאַכט לייוונט. די ארבעט איז געװען שווער פאר אונדז, ווייל מיר זענען געווען שטאָטישע מיידלעך --- נישט נגעוווינט צו פעלדדאַרבעט, די פינגער האָבן נעבלו" טיקט, און אלע ביינער האָבן וויי געטאָן נאָך דער אַרבעט.

passage_929c44b7b0a2ef5a029f5894
Passage 4normalized OCR · source chars 3080-4071

מיט דער צייט איז דאָס עסן נעװאָרן ערנער (װאַרשיינ- לעך האָט דער דייטש צוגענומען די פּראָדרוסקטן באשטימטע פאר אונדז). מיר האָבן אָנגעהויבן הונגערן --- און צוליב דעם פאַרשטרייקט, דאָס איז געווען אין יאר 1941. דער דייטש שמידט, וועל- כער האָט אויף אונדז אויפגעפּאַסט, האָט זיך שטאַרק אוים" נערעגט, וויי? מיר האָבן נישט גענומען דאָס עסן. נאָך צוויי טעג איז געקומען פּאַליציי און געדראָט, אז מען װעט אונדן אַרעסטירן. צום סוף האָט מען צוגעזאָגט צו פארבעסערן ראָס עסן און מיר זענען צוריקגענאַנגען צו דער אַרבעט. אזוי איז אדורך דער פרילינג און זומער. אויף ווינטער, האָט אונדז די פירמע צו וועלכער מיר האָבן געהערט, איבער"- נעשיקט קיין ביכ?. דאָ זענען געווען פאבריקן, װוּ מען האָט דעם פלאַקס באַאַרבעט מעכאַניש. מיר האָבן אים ארייננעליינט אין רייס-מאַשינען, נאַכהער אין פּרעסן. צום ווייטערדיקן פּראָי צעס, האָט מען דעם פלאַקס ערנעץ וו אַװעקגעשיסם. אָנהויב 1942, האָט מען אונדז פון ביכל אריבערנעשיסט קיין לאָכהאָף ביי מינכען. דאָרט זענען מיר ווירער געווען באַ- שעפטיקט ביי דער זעלבער אַרבעם וי פריער.

passage_10a003ba824490ac0e19da02