188 יידיש לאָדזש געניע באָרנשטײן פֿאַרצייכ ענוננען אַ געשלעג מיט אַ װאַלינער דייטש 40. -- די נאַציס האָבן אַראָפּנעבראַכט קיין לאָדוש װאָלינער דייטשן, ארויִסצוהעלפן זיי. שוין דריי טעג, אז זיי זענען דאָ אין לאָדזש. דערויי? אין דאָס געטאָ נישט אָפּגעשלאָסן. די לעצטע רעשטלעך פון דער פּוילישער באַפעלקערונג פאַרלאָזן די געננט, װאָס איז באַשטימט געװאָרן פאַרן געטאָ. ווייזט אויס, אז אונדזער שכנה האָט געהאָט א פאָרגעפיל, ווייל זי האָט מיך נעבעטן, איך זאָל אַכטונג געבן אויפן צוויי- יאָריקן קינד, וועלכעס שלאָפט. זי אליין װי? גיין קויפן עפּעס צו עסן, און האָט מורא עס צו לאָזן אליין,
בין איך ארויף מיט דער פרוי אויפן צווייטן שטאָק, קעגן איבער אונדזער וווינונג. די פרוי האָט מיך געהייסן פארשליסן די טיר און נישט אויפעפענען פאר קיינעם --- ביז זי װעט מיר געבן א צייכן, אַז דאָס איז זי. זי קומט צוריק בערך אין אַ האַלבע שעה. איך האָב געװונסט וויפל? שרעק די פרוי האָט איבערגעלעבט אין איר פריערדיקער געגנט אויף ראַקאָטשינסקע גאַס, ביי שייב- לערן. איך האָב זי פאַרשטאַנען און דעריבער באַרואיקט און צוגעזאָגט זיך אויפפירן גענוי װי זי פאַרלאַנגט עס. עס האָט געדויערט נישט מער וי א מינוט 19 -- און די פרוי קלאַפּט אין דער טיר: געניע, שנעל! איך האָב אויפגעמאַכט די טיר און דערזען די בלאַסע דערשראָקענע פרוי. זי זאָגט צו מיר : דייטשן זענען ביי אייך אין שטוב, מען שלאָגט זיך דאָרט. איך האָב מיך אַראָפּנעגליטשט מיט די פּאָרענטשן פון צווייטן שטאָק, און ארויס אין טויער. נעבן מיר שטייט אַ װאָלינער דייטש. דער װאָלינער דייטש האָט געװאָלט אריין צו אונדז אין שטוב. דערזעענדיק מיך אָנקומען פון דער צווייטער זייט -- אין ער צוגעקומען און דערלאַנגט מיר א זעץ אין פּנים, אז איך בין געפאַלן צום צווייטן זייט מויער, נאָנט פון טויער מיט אַנדער- האַלבן אױיסגעהאַקטע ציין, דער קאָפּ צעבלוטיקט, די הענט און פיס צעקלאַפּט. דער דייטש איז ארויס אויף דער גאָס, איך האָב דערזען א לאַסט-אױיטאָ און א שאָפער. מיט די לעצטע כוחות האָב איך זיך אויפנגעשטעלט און פאַרינלט דעם טויער. דער דייטש איז צוריקגעקומען און זעצט אין טויער, מיין שוועסטער בעלאַ איז ארויסגעקומען. דערזעענדיק, וי פון מיר רינט בלוט, איז זי צוריק אריין אין שטוב, געכאַפּט א מעסער, איז צו צום טויער אוֹן געװאָלט אים אויפמאַכן. נאָר איך האָב איר געגעבן א צייכן מיטן האַנט אויף ניין.
-- איך על דעם פאַרברעכער דערהרגענען -- האָט מיין שוועסטער געשריגן. -- זע, װאָס ער האָט פון דיר גע- מאַכט! ! ! טרערן האָבן זיך געגאָסן פון אירע אוינן,. איך האָב איר אָנגעוויזן, זי זאָל גיין אויף דער צווייטער זייט, דער דייטש זאָל איר נישט זען. זי האָט מיך געפאָלגט, דעם טויער האָט מען נישט געעפנט און די דייטשן זענען אַװעק. איך האָב מיך קוים אריינגעשלעפּט אין שטוב אריין. דאַן האָב איך מיך דערװוּסט, װאָס דאָ האָט פּאַסירט,
א לאַסט-אױטאָ האָט זיך געשטעלט ביי אונדזער טויער -- זאַװישע 29 -- מיט 2 דייטשן, ציווי? אָנגעטאָן. איינער איז געבליבן זיצן אין אױיטאָ. דער צוייטער האָט געכאַפּט יידן אויף אַרבעט. דאַן איז ער אריין אין אונדזער הויז, צו א שכנה. אין בעט איז געלעגן איר זון, א שווער לונגען קראַנקער זייט יאָרן. דער דייטש האָט אים באַפּױלן שנעל זיך אָנטאָן, און גיין אויף ארבעט, עס האָט נישט געהאָלפן דער מוטערס אוים- קלערונג, אז ער איז קראַנק, און לינט שוין אזוי עטלעכע יאָר. דער דייטש האָט מערדערלעך צעשלאָגן דעם קראַנקן און אויך דער מוטער. מיינע עלטערן האָבן דערהערט די געשרייען. זענען זיי ארויסגעקומען כדי צו זען, װאָס עס האָט פּאַסירט, האָט דער דייטש אויך זיי גענומען שלאָגן. אַז די געװאַלדן האָבן זיך נישט איינגעשטילט, אין מיין שוועסטער בעלא אויך ארויסגעקומען. דערזעענדיק דעם פאָטער א צעבלוטיקטן, האָט זי צוגעמאַכט די קאָרידאָר טיר, און גענומען שלאָנן דעם װאָלינער דייטש מיט אַלע כוחות.
די געכאַפּטע יידן זענען דערווייל פון לאַסט-אויטאָ אַנט- לאָפּן. איינער פון די יידן האָט געװוינט ביי אונדז. ער האָט געעפנט די טיר, איז דער דייטש ארויס, גערעדט מיטן שאָפער און זיך צוריקגעקערט אין דער ריכטונג פון אונדזער ווינונג. גראָד דעמאָלט בין איך אים אַנטקעגן געקומען. האָט ער אויס- געלאָזט זיין כעס צו מיר. דערוויסנדיק זיך װאָס עס אין דאָ פאַרנעקומען, בין איך געווען צופרידן װאָס איך האָב זיך נישט פארלוירן און צונעריגלט דעם טויער. די שכנים פון הוֹיז האָבן מורא געהאַט, אז די דייטשן וועלן צוריקקומען. זיי האָבן דעריבער פארלאָזט דאָס הויז, און געגאַנגען איבערנעכטיקן צו באַקאַנטע. דורכן פראָנט-פענצטער האָט מיין פאָטער געזען וי די יידן פארלאָזן ס'הויז, און זיי געגעבן גערעכט.