Original scan
Original memorial-book scan 153
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1150

יידיש לאָדזש 149 אב א ר בנ ר עי םי יי אט יע יב גע יע == 2 ירא 2 יי --- די דייטשן -- האָט ער געזאָנט -- וועלן צוריקקומען און אַלעמען אויסשיסן. מיר דאַרפן אויך פארלאָזן ס'הויו. פאַר דיר מיין קינד --- האָט ער געזאָנט צו מיין שוועסטער -- האָב איך זייער מורא. דו ועסט פאַלן א קרבן. דו גייסט דעם טייוול אין די אויגן אריין. געלע לאַטעס טוסט ניט אֶן פאַר קיין דייטש, זאָגסטו, וועסטו נישט אראָפּנײן פון טראָ- טואַר, די ביזט אַרױס פון שטוב אָן לאַטעס אין א געגנט פון אזוי פיל דייטשן און פּאַליאַקן, װוּ יעדער שטיין קען דיך. דו האָסט געהאָט גרויס מזל. און איצט האָסטו צעשלאָגן אַ דייטש אָן מורא ווען אויף אַלעמען ציטערט די הויט,, מיר אַלע קענען אומקומען ! --- גייט איר אַלֶע אַרױיס -- זאָנט מיין שוועסטער -- איך ווע? נישט גיין. איך בלייב דאָ. אויב עס וועט זיין טויט, וועט זיין א טויט פאַר אַ טויט. איך וועל פאר די דייטשן נישט שטיין אויף די קני. אַ ייד איז א מענטש און נישט קין װאָרעם. פאַרשטייסטו עס טאַטעשי? מיר אַלע זענען געבליבן שלאָפן אין הויז, זיך נישט אויס- געטאָן, בלויז צונעלייגט... די דייטשן זענען נישט צוריקנגעקומען. בעלא איז אַועק פון לאָדזשער נעטאָ. זי װעט זיך נישט איינשליסן אין אַ תפיסה. זי מוז עפּעס טאָן, ארויסצונעמען איר משפּחה פון געטאָ.

passage_3d4d5bafa2ff192a00c44935
Passage 2normalized OCR · source chars 1152-2298

די נעטאָ איז הערמעטיש אָפּנעשלאָסן נעװאָרן, און פון איר פּלאַן איז נאָרנישט געװאָרן. סיר זענען נגעבליבן אין געטאַ ביז דער ליקװוידאַציע. איך פלענ באַקומען בריוו פון דער שוועסטער אָן א צוריק-אַדרעס. זי האָט געװאַנדערט פון שטאָט צו שטאָט, לויט דעם פּאָסט-שטעמפּ? האָט איך געװוּסט, װו זי געפינט זיך,. אומעטום איןז נעווען דאָס זעלבע: געטאָ; שיסערייען; מאָרד און ליקװידאַציע. בעלאַ האָט נעלעבט אויף ,אַרישע פּאַפּירן". מיטגע- אַרבעט אין דער אונטערגרונד-באַווענונג. נאָך ווייניק װאָס זי איז געווען א יידישע --- האָט מען זי איינגעזעצט אין תפיסה און באַשולדיקט, אז זי איז אַ שפּיאָן. זי האָט נישט געקאָנט מער אויסהאַלטן אין דייטשלאַנד,. נאָך אַן אָפּעראַציע, ווען די געשטאַפּאָ איז געקומען איר אַרעסטירן, איז זי געשפּרונ- גען פון דריטן שטאָק, זי האָט איבערגעלעבט און װוינט היינט אין מעלבורן. צּ א בילד אויף דער װאַנט אין אַ גרויען רעננדיקן טאָג, װי דאָס לעבן אין געטאָ, בין איך נאָך דער אַרבעט אָנגעקומען אהיים אויף זאַװישע. האָב איך דערזען װי ביים נומער 28 שטייט א קרענצל מענטשן. איך האָב דערזען אויך די יידישע פּאַליציאַנטן ארויס- לויפן פון טויער און אריינלויפן. דאָס קרענצל אין אריינגע- שטופּט געװאָרן אין טויער, װאָס איז גלייך פאַרשלאָסן געװאָרן.

passage_979e4e91b351fa92c25d6358
Passage 3normalized OCR · source chars 2300-3163

מיט אייליקע טריט בין איך אריין אין אונדזער שטוב, אין הויז נומער 29, איך בין ארויף אויף דעם בוידעם און אראָפּגעקוקט דורכן פענצטער. איך האָב דערזען װי א פֹּאֶלֵי- ציאַנט גייט ארויס שלעפּנדיק א 8 יעריק סמיידעלע. די מוטער איז נאָכגעלאָפן און געריסן זיך מיטן פּאָליציאַנט. ער שטופּט זי ברוטאַל אוועק און ואַרפט דאָס מיידעלע אריין אין א װאָגן, װאָס שטייט דערנעבן. די פרוי האָט ער צוריק אריינגעשטופּט אין טויער. שפּעטער האָבן צוויי פּאָליציאַנטן ארויסנגעשלעפּט א מאן. די זעלבע פרוי איז נאָכגעלאָפן און ווידער זיך געאמ- פּערט מיטן פּאַליציאַנט. עס איז געװאָרן א גרויס גערודער. באַלד גייט א פֹּאֲלִי- ציאַנט צוריק אין הויז אריין און קומט מיט א קליין קינד און ואַרפט עס אויפן װאָגן. דער מאַן און די פרוי שלאָנן זיך מיט די פּאַליציאַנטן, רייסן ארויס די קינדער אָבער עס העלפט זיי נאָרנישט. די פּאֶלִיצֵיי פירט אוועק די קינדער. די געשרייען פון דער מאַמען ציטערן אויף די גאַס,

passage_9f51b2dd5b2663260a018e65
Passage 4normalized OCR · source chars 3165-4057

די נעשיכטע דערפון אין אזא: 2 פּאָליציאַנטן האָבן נע- נומען דאָס מעלדונג-בוך און פאַרלאַננט די פרוי זאָל ארויס- געבן די קינדער. די מאַמע האָט דאָס גרעסערע קינד באַ- האַלטן איינגעבעט אין א בעט. די פּאָלִיציי האָט דעם עלטערן באַלד געפונען, אָבער דעם קלענערן נישט, האָבן זיי גענומען דעם מאַן אַלס , זאַקלאַדניק". דעמאָלט האָט זי אױסגעזאָגט װוּ דאָס קינד איז. אויפן װאַנט, אויף צוויי אייזערנע האָקן, איז געהאַנגען אַ גרויס בילד. די עלטערן האָבן הינטערן בילד אריינגעבויט א ברעטל, און דאָס קינד איז דערויף געזעסן, איינגענורעט. מען האָט עס נישט געקאָנט באַמערקן, פון גרויס פארדרוס האָט זי נישט געגעסן, נישט ארויס פון בעט און נאָך 8 טעג געשטאָרבן. הגם איך האָב נעװוסט, אזן די יידישע פּאַליצֵיי אין אַ ווערקצייג פון די דייטשן, דאָך קען איך די צוויי פּאליציאַנטן נישט מוח? זיין, און דאָס געשריי פון דער פארצווייפלטער און צעמישטער מאַמען קלינגט מיר נאָך היינט אין די אויערן. צּ אין װאַלדעסלוסט-לאַנער

passage_7e54f0a68719daab6680cf0f
Passage 5normalized OCR · source chars 4059-4688

איך האָב אדורכנעמאַכט דאָס לאָדזשער געטאָ אין אלע עטאַפּן ביז דער ליקװידאַציע. איך בין געווען אַלְט קוים עטלעכע און צװאַנציק יאָר. די צוטיילוננגען זענען כסדר קלע- נער נעװאָרן, און די צאָל קברים האָבן זיך געמערט. אין אָוונט, ביי די פארמאַכטע טויערן, שפּערע, האָט נאָר דער טויט געהאָט די פרייהייט זיך צו באַװעגן. די לעבעדיקע , קלעפּסידרעס" זענען געווען גייסטיק אַט- ראָפירט. די געטאָ איז כסדר קלענער געװאָרן. און דאָס כאַפּן מענטשן לייכטער. טויט-שטראָף האָט מען באַקומען פאר געפי" נען זיך אויף די שטחים, װאָס ערשט נעכטן האָט מען געמעגט דאָרט װווינען. זאַװישע גאַס איז געווען א גרענעץ. יונה פּיל- צערס פּלאַץ איז געווען דער צענטער.

passage_f78d616330a0bae7883dea86