Original scan
Original memorial-book scan 154
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-695

190 געניע באָרנשטײין -- פאַרצייכענונגען דאָרט טאַקע האָט אין אינוסט 1944 ביבאָוו זיך באַהאַלטן (אויף פעפער גאס) און צוגעקוקט זיך וי די יידישע פּאָליציי באַפּאַלט די לאַנגע רייען פון מענטשן, װאָס װאַרטן אויף עפענען דעם פּלאַץ. די יידישע פּאָליציי האָט פּרובירט ארויפשטופּן אויף ווענענער מענטשן אוועקצופירן זיי אויף ,ארבעט". די מענטשן האָבן געשטעלט א װידערשטאַנד. עס איז אױיסגעבראָכן א געשלענ. ביבאָוו האָט באַפוילן אלעמען אָפּלאָזן און זיך געװוענדעט צו די יידן, זיי זאָלן אליין זיך צושטעלן. דאָס איז געווען א פּרווו צו זען וויאזוי די ליקווידאציע ועט אויסזען. צי די יידן װעלן נאָך שטעלן א װידערשטאַנד. אין צוויי װאָכן שפּעטער האָט זיך אָנגעהויבן די ליק- װידאַציע, אָבער שוין מיט אַנדערע מעטאָדן.

passage_8551594647aa2bd85a028b37
Passage 2normalized OCR · source chars 697-1559

ביבאָוו, בראָטפיש און פוקס, די דריי מושלים פון געטאָ, זענען געקומען אין אונדזער שניידער-רעסארט אויף לאגער- ניצקא 80. דאָרט האָבן געאַרבעט 3.000 מאַן. ביבאָוו האָט גע- האלטן א שיינע דרשה, אז דער רעסאָרט וערט אריבערגע" פירט טיפער אין דייטשלאַנד צוליבן דערנענטערן זיך פון פראָנט און מען דארף זען אויך מיטנעמען די שניידער-טישן און די פּרעס-אייזנס. עסן האָט מען געגעבן בעסער אין די רעסאָרטן. ביבאָוו האָט געהייסן דעם קאָמיסאַר פון רעסאָרט -- לאַגעו- ניצקא 20, גראָסמאן, זאָל אין העלן טאָג שטופּן דאָס וועגעלע מיט זאַכן דורך די גאַָסן פון געטאָ, אלע זאָלן זען און נאָכ- טאָן זיין ביישפּיל. אָבער נאָר 18 פּערזאָן האָבן זיך פרייוויליק צוגנעשטעלט, דעמאָלט האָט זיך אָנגעהויבן דאָס געיעג פון די דייטשן מיט דער פּאָליציי צוזאמען. דער רינג איז כסדר קלענער גע- װאָרן און די שטריק עננער. מיר האָבן געמוזט גיין צום טראַנ- ספּאָרט. מיר זענען אוועק אויף מאַרישינער צו דער באַן.

passage_a78cd1731588679e9c1fb6db
Passage 3normalized OCR · source chars 1561-2692

רומקאָווסקי איז געקומען און געהאַלטן א רעדע. דערביי האָט ער געהייסן טיילן א ברויט און א 24 קילא צוקער יעדן. זיין רעדע האָט ער אָנגעהוױיבן; , איר, שניידער, דורך אייך אין געקומען א ביטערער נור? אויף דער געטאָ". עמיצער פון עולם האָט נישט אויסנגעהאַלטן און אויסגעשריען צו אים, אז ער האָט געדאַרפט אומקומען דער ערשטער. דער קעניג האָט זיך צעיאַכמערט; , פּאָליציי, מיין פּאָליציי" און געהייסן אויפ- הערן טיילן די פּראָדוקטן. אין די װאַנאַנען אין געווען שוידערלעך ענג. מען האָט זיי אָנגעשטאָפּט, וויפל ס'זענען נאָר אריין. אויף די ווענט פון װאַנאָן האָט מען געזען נעמען פון די פריער ארויסגעפירטע. הנם מיר זענען געפאָרן גאַנצע צוויי טעג האָט מען דאָס ברויט נישט אָנגערירט. אין א ווינק?ל איז געזעסן א ייד און זיך אפילו נישט גערירט. איך האָב אים געװאָלט געבן װאַסער האָט ער געזאָגט, אז ער איז נישט דורשטיק. מיין מוטער האָט פאָרנע- פילט דאָס שרעקלעכע און צו מיר געזאָגט איך זאָל אַכטונג געבן אויף מיין יונג שוועסטער?. זי איז געווען אלט 17 יאָר. זי איז שפּעטער נעשטאָרבן אין שוועדן. די פענצטערלעך זענען נעווען פארקראַטעט. איך האָב אויפגעהאַנגען א קאָץ, צו מאַכן א מחיצה צווישן פרויען און מענער, מען זאָל קענען דערלידיקן דאָס מענטשלעכע געברויך.

passage_0bfd892ecc7374d5c48f6f6c
Passage 4normalized OCR · source chars 2694-3660

אויפן װעג האָבן מיר באַגעגנט צוגן מיט מענטשן. די פּאָלאַקן האָבן אונדז נישט מיטגעפילט. זיי האָבן נאָר געפרענט: װוּהין מען פירט אונדז? דער צונ אונדזערער איז געגאַנגען הין און צוריק, דעריבער האָבן מיר נישט געװוּסט ונ מיר זענען און װוּאַהין מיר פאָרן, ווען מיר זענען אָנגעקומען אויף אן אָרט האָבן מיר נישט געוווסט, װוּ מיר געפינען זיך. מיר האָבן דערזען א מענטשן אין א ,פּאשאק" האָבן מיר אים נגעפרענט װוּ מיר זענען. ער האָט אונדז געזאָגט, אז אין אוישוויץ. אויף אונדזער פראנע: װאָס איז אוישוויץ? האָט ער נעענטפערט: ,אַן אָרט פון מילך און האָניק". , און ער זענען די פרויען דאָרט?" האָבן מיר געפרענט. אויף דעם האָט ער פּשוט געענטפערט: , משונעים פון אלע לענדער". ,איבערלאָזן דעם באַגאַזש! שנעל ראוס? -- האָבן זיך געהערט ווילדע נעשרייען. , די יינגע נגייען אויף ארבעט. זונטיק איז א רו-טאָג, װעט איר זען אייערע קינדער. שנע?ל גיט אוועק די קינדער!? -- אזוי האָט געליארעמט די , קאַנאַדע", וועלנדיק כאָטש אֶפּראַטעוען די מאַמעס. זיי האָבן גוט געװװוסט די , גע- זעצן" פון אוישוויץ.

passage_09f8f128dd4d517d0ca92802
Passage 5normalized OCR · source chars 3662-4427

אלץ איז פאָרנעקומען מיט אזא שנעלקייט, אז מען האָט נישט באַמערקט װוי משפּחות זענען צעריסן געװאָרן. די עלטערע פרויען האָבן גענומען די קינדער און אװועק באַזונדער. די געזעגענונג איז געווען א שוידערלעך בילד. לעצטע בליקן. צע- טומלטע מענטשן. קיינער האָט נישט רעאַגירט, נישט געװוּסט װאָס צו טאָן. מיר האָבן זיך נעמוזט פאָרמירן אין רייען צו 8. צונע- קומען אַזױ צו די דייטשן. מיר, מיין שוועסטער ילאה'לע, מיין שוועגערין לובע, קוזינע בעלאַ מאַרקאָװיטש, מיין מומע סאָ- לאַזש (היינט אין אַמעריקע), האָט מען געהייסן גיין רעכטס. מיין מוטער און די איבעריקע פון מיין משפּחה -- לינקס. איך האָב אויסגעדרייט דעם קאָפּ און געזען וי מיין מוטער שטייט אין מיטן וועג און קוקט אונדז נאָך. דער לעצטער בליק. איך האָב אויפנעהויבן די הענט צו נעבן א צייכן, נאָר דער דייטש האָט מיך נישט נגעלאָזן.

passage_cb1ce85b19709abd562dda0d
Passage 6normalized OCR · source chars 4429-5237

אויף ביידע זייטן שאָסיי זענען געווען באַראַקן מיטן זעלבן אויסזען. עס האָט אויסנעזען וי זיי ציען זיך אָן א סוף, די מוזיק האָט געשפּילט, אויף דראָטן זענען געהאָננען אייניקע טויטע מענטשן. זיי האָבן אויסגעזען וי װאַקסענע פיגורן. יונגע פרויען אָפּנעשױרן וי מענער, שטייען ביי די באראקן. ביי טיי? באַראַקן לויפן נאַקעטע פרויען און די דייטשן שמייסן זיי מיט די שפּיצרוטן,. אנדערע פרויען קניען און האַלטן צינל אין זייערע אויפנעהויבענע הענט, װאָס באַװענן זיך הין און צוריק. אין פארלויף פון קוים אייניקע שעה זענען מיר אייננע- שמאָלצן נעװאָרן אין דער פּנימלאָזער מאַסע. נייענדיק אין באָך האָבן מיר אין אֶנְהוֹיב מורא נעהאָט פאר נאַז, ווייל קיין וואַ- סער איז נישט גענאַננען פון די שפּריצן, קוים א פּאָר טראָפּן. צום גליק זענען מיר אָפּגעקומען מיט בלויזן שרעק. אונדזער באשטימונג איז געווען בירקענאו. דורך באַקאַנטע געװאָר

passage_ba3094e9381c1163c8f295e9