Original scan
Original memorial-book scan 156
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1041

152 געניע באָרנשטיין --- פאַרצייכענוננען האָט מיט א שמוציקער שער שוער נעאַרבעט ביים דורכ- שערן דעם פינגער. א מייד? האָט געהאַלטן די האַנט מיינע, איר איז שלעכט געװאָרן. איך האָב אָבער קיין פּיפּס נישט געגעבן. איך האָב נאָרנישט געפילט. איך האָב נאָר געטראַכט וועגן דעם, אז ביי בערלין קומען פאָר קאַמפן און זייער מפּלה איז נאָענט. איך האָב נאָר געשטרעבט צו דערלעבן זייער סוף. דאָס האָט מיך געשטאַרקט. שוין יאָרן לאַנג וי איך האָב אַזאַ געפי? נישט געהאַט. פאַראַן שאַנסן איִן קאַמף פאַרן לעבן. אלע האָבן זיך דערווייטערט אויס מורא, אז איך וװעל שרייען. אָבער איך בין שטי? געווען. מיין האַנט איז געװאָרן שװואַרץ און די פיננער ווערן געשװאָלן. א רויטער פּאַס באַווייזט זיך, א סימן פון א בלוט-פארניפטונג. ביינאַכט האָב איך ארויסגעשלעפּט די צעשפּליטערטע טיילן פון פיננער און מיט אורין זיי ארומנעוואשן. נאָך צוויי, דריי טעג איז דער רויטער פּאַס פארשווונדן. די פרייד איז געווען א גרויסע. אין דער , קראנקענשטובע" איז געקומען אויף אן אינ- ספּעקציע קראמער, דער סעלעקציע-לייטער, װאָס האָט געאַרבעט מיט מענגעלען אין אוישוויץ. צום נליק איז אַלץ אדורך בשלום,

passage_dd3911b754169451717d3d25
Passage 2normalized OCR · source chars 1043-2126

מיר הערן דאָס זשומען פון די עראָפּלאַנען און דעם אִמּ- הילך פון די באָמבאַרדירונגען. עס איז א שמחה. מיר שרעקן זיך נישט, אפילו נישט פאר אונדזער לעבן, אבי עס זאָל טרעפן די נאַציס. די , װאַכע? איז צעטומלט. אייניקע פירן זיך אויף נאָך ברוטאַלער, וי זיי װאָלטן געװאָלט אָפּנעמען זיך דאָס װאָס גליטשט זיך ארויס פון זייערע לאַפּעס, אַנדערע פּרוּוון זיך פארטיידיקן: , מיין הויז איז באָמבאַרדירט און איך ווייס נישט װוּ עס איז מיין פאמיליע". אַנדערע קאָנסטאַנטירן מיט רעזיג- נאַציע: , עס קומט צו ענדע" און זיי מאַכן א לאָנישן אויס- פיר, װוי עס פּאַסט פאר נאַציס: , איצט וװועט איר פירן אונדזערע פרויען אזוי װוי מיר פירן אייך". דאָס לעבן איז געװאָרן װאָס אמאָל טייערער. , װאַלדעס- לוסט איז געװאָרן ליקווידירט און אונדזער לאגער-פירער רעדע- האוזער ווערט קאָמענדאַנט פון בערגען-בעלזען. דעם פטן יאַ- נואַר 1949 טראנספּאָרטירט מען אונדז איבער סיין בערגען- בעלזען. אַלע באַראַקן זענען געווען איבערפולט און עס אין נישט געווען װוּ אריינצולאָזן. טאָג און נאכט שטראָמען נייע גרופּן קאַצעטלער. אלע זענען הויט און ביין. מען האַלט זיך אונטער כדי זיך צו דערשלעפּן צו אן אָרט און נישט וערן דערשאָסן אויפן וועג.

passage_de0954071bb83484418d9769
Passage 3normalized OCR · source chars 2128-3269

מיר ליגן אין בלאָטע. נאָך דריי טעג װאַרטן קריגן מיר דעם באַראַק 199 אָדער 198. דער באַראַק אין שמוציק, אָן פּריטשעס. פּלאַץ איז פאַראַן בלויז צו שטיין,. ביינאכט פּרו- בירט מען זיך זעצן אָדער לייגן. מען לייגט זיך אין פאַכן. איך האָב זיך אנידערנעלייגט. מיין קאָפּ איז נעווען אויף א מיירלס פיס. אויף מיר זענען געלעגן אַנדערע. מיר טוישן די ערטער און דרייען זיך איבער גרופּנוייז, דאָס האָט אזוי אָנגעהאַלטן ביז דעם 18טן אפּריל 1948, ווען מיר זענען באפרייט געװאָרן. דערוויי?, ביז דער באַפרייאוננ האָבן מיר זיך שטאַרק אָנגעליטן נישט בלויז פון נישט עסן וי פון אומריינקייט און פון אוינן-ווייטיק, באַזונדערס ווען די זון האָט געשיינט האָט עס געבריט וי הייסער זאַמד אין די אויגן. א טייל האָט נישט אויסנעהאלטן דאָס זיין אין באַראַק און ארויס אין דרויסן אויפן שניי. זיי זענען דאָרט איינגע- שלאָפן אויף אייביק. אויך מיך האָבן זיי געשלעפּט אָבער מיר איז געלונגען א טייל אָפּצורעדן דערפון. די אומריינקייט ברעננט צו גרויסע שטערבלעכקייט. רי שטרויען באַועגן זיך אליין. דער נאַנצער קערפּער איז רויט- צעביסן. טיפוס און דיזענטעריע זענען א טאָגיטעגלעכע זאַך. די ארויסגעװואָרפענע טויטע מאַכן אָבער נישט גערוימער דעם פּלאַץ, וויי? כסדר קומען אָן נייע טראנכפּאָרטן.

passage_2e71ff899e05856b3f2bcefe
Passage 4normalized OCR · source chars 3271-4452

אין בערגען - בעלזען באַהאַלטן נישט די נאַציס זייערע גרויזאַמקײיטן, אַלִץ קומט דאָ פאָר אָפן, עס איז געווען א בית עולם, װוּ לעבעדיקע און טויטע הויזן צוזאמען. די מערהייט, פארשטייט זיך זענען געווען די טויטע. זיי לינן אין אָפענע גריבער ביי די באַראַקן, אין קופּעס. אין די אלייען. וויאזוי האָבן מיר געלעבט אָן עסן, אָן שלאָפן און אין שמוץ --- דאָס איז געווען א רעטעניש. מיר זענען ארויס אויף ארבעט און אדורכגענאנגען די מענער-באַראַקן. צענדליקער טויטע ביי יעדן באַראַק, נאָר פון איין נאַכט. מיר האָבן געדאַרפט איבערטראָגן וועש. אָפּנעטאָן די אַרבעם װאַרטן מיר צוריקצוגיין. דערווייל דוכט זיך מיר, אז איך זע מיין ברודער. איך האָב גענומען אים רופן. עס איז צונעקומען איינער, א ווילנער. ער האָט זיך קוים געהאַלטן אויף די פיס. גראָד אין אָנגעקומען א ביס? עפן. אלע האָבן זיך געשטופּט צום קעס?, אָבער 98 פּראָצענט האָבן נישט קיין פּושקע צומאָל צו נעמען דאָס עסן. זיי האַלטן אָפן די הענט מען זאָל זיי געבן עסן. די בלאָק-עלטסטע שלאָגן. נעמען צו דעם קעסל און פירן אריבּער איבער די דראָטן. איצט קען מען בלויזן אריבערקוקן צום עסן. דער ווילנער זאָגט מיר, אן די דאָזיקע שפּיל האַלט אזוי שוין אן ערך 10 טעג. מיר האָבן אָנגע- הויבן צו שרייען: ,נישט שלאָגן, אייער מפּלה אין נאֶָענט!". דאָס האָט געווירקט,

passage_4a3df73752074fed081f67f8
Passage 5normalized OCR · source chars 4454-5446

אונדזער בלאָק איז באשטימט געװאָרן צו גיין ארבעטן אין א וועבעריי. מיר מאַכן קנוילעכלעך פון אלטע װאָל און שמאַטעס., אויך די מענער טוען דאָ אומנוצלעכע אַרבעט., אהיימ- גייענדיק פון דער ארבעט איבער דער גרויער ערד יאָנט אָן דער ווינט זייער געדיכט אֵַשׁ. איצט פארשטייען מיר, פארװאָס די ערד איז גרוי. מיר אָטעמען איין דאָס אַשׁ. אויך דעם ואכמאַן האָט דאָס נישט אויסגעמיטן. ער האָט געהאלטן אין איין שעלטן די יידן. איצט איז אונדז אויך קלאָר געװאָרן, װאָס דער הויקער פירט אויף זיין װאָגן מיַטן פערד. דער װאָנן איז אַלעמאָל באַ- דעקט מיט א פּלאַנדעקע. איך מיט מיין שװועסטער לאהלע האָבן נעזען אמאָל ארויסשטעקן פון אונטער דעם װאָגן פיס. איינער האָט געװאָלט אזויערנאָך אנטלויםן, די שטערבלעכקייט איז אזוי גרויס, אז עס איז נערוים געװאָרן אין באַראַק. די יידישע מיידלעך װאָרענען אונדז מיר זאָלן נאָרנישט עסן און טרינקען, ווייל אלץ איז פארסמט פון די קרענק. די דיסציפּלין אין געפאַלן. מען ציילט שוין דעם ,אַפּיל? אין באַראַק. די שעה אֹיַז נאָענט. פון צווייטן באַראַק האָט מען שוין אַרױסגעהאָנגען א ווייסע פאָן.

passage_348aa28814f861aac2d9c2e5