Original scan
Original memorial-book scan 157
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1000

יידיש לאָדוש 153 יק ריר דיי עדער יט עירעגינ יי יי הליל לייא :5454 55::5:::1550:55:5:5:545::: י.י א אין דערװואַרטונג פון דער אויסגעחלומטער שעה איז אָבער דער צושטאַנד אלץ א זייער טראַגנישער ‏ די שטערבלעכקייט איז אומנעהויער. סיר זיצן ביינאַכט, ויי? ליינן זיך הייסט שטאַרבן. מיין שוועגערין לובע שטאַרבט. קעגנאיבער מיר זיצט מאלא פון שניידער-רעסאָרט. זי זאָנט: ,ער וייסט ווער עס וועט מאָרגן עפענען די אויגן"? די שטאַרבנדיקע בעטן אויס- זוכן זייער משפּחה, זיי גיבן אָן נעמען און אדרעסן. אינדערפרי אַנטלויפן די אויפזעערינס מיט זייערע ואַלי- זעס. זיי קומען אָבער באַלד צוריק, וויי? די באַנען ווערן באָמ- באַרדירט. דעם 18טן אַפּריל?ל 1948 זענען אָנגעקומען לאַסט- אויטאָס מיט עננליש מיליטער. זיי האָבן געהאט לאַכנדיקע אוינן,. מיר זענען קוים ארויסגעקראָכן פון באַראַק און מיט שוואכע שטימען געכאָרכלט; הורא! הורא! איך בין געבליבן אין באַראַק און זיך צונעשלעפּט צום פענצטער. איך האָב זיך דערפילט שװאַך און אראָפּגעלאָזן זיך אויפן דיל?. איך האָב נישט געסענט לאַכן, נישט וויינען. עס איז מיר אָבער לייכטער געװאָרן,

passage_dc4f31554a2a88fd92087f43
Passage 2normalized OCR · source chars 1002-1444

די ענגלענדער זענען געקומען מיט 8 טעג פריער, ווייל א דייטש, וועמען זיי האָנבן באַגעגנט, האָט זיי געװאָרנט, אַז בערגען-בעלזען איז גרייט אויפנעריסן צו וערן. ער האָט זיי געגעבן די גענויע דאַטע. דעריבער זענען די עננלענדער אריין פריער וי עס איז געווען אין פּלאַן פון מיליטערישן מאַרשרוט, איך בין געווען מאַכטלאָז און הילפלאָז, די נאַנצע ענערניע האָט זיך אױיסנעשעפּט. איך האָב נאָך נעהאַט פאר מיר א שווערן וועג זיך איינצונלידערן אין נאָרמאַלן לעבן.

passage_ce7d662db08d78f0f60cdf0f