Original scan
Original memorial-book scan 158
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-774

154 יידיש לאָדזש יצחק אײנהאַרן) --.....,...,..,.,-,--יי,,.,.,,.,,,..,.,-י.,. ...יי ,,.ָי., -** .עי י.ת.ג.תי,.,---,-;;6;,;3װ*8װ;3*53,װ*ִ--+-*ר.'-*--+*ִװִ'--ִֵ צוליבּ כבוד אב ואם יצחק אײגהאָרן איז געטען אײנער פון די גרינדער פט לאָי דזשער צענטער אין מעלבורן, און דער פּאָרזיצער בִיז זײן טױט (ודפן.12.9). מיט אַלע זײנע חושים איז ער געװען ארײנגעטאָן אין גע זעלשאַפּטלעכער אַרבעט אױף פּאַרשידענע געביטן, װי הילפסי פּאָנד, לאָדזשער צענטער -- איבערהיפט אָבער -- פאר מדינת ישראל. קורץ פאר זײן טױט, איז יצחק אײגהאָרן אויסי געטיילט געװאָרן פון קר"היסוד װי דער עסקן פּאַרן יאָר. צום דערשײנען פון דעם בוך, האָט י. אײגהאָרן צוגעטראָגן אַ גרויסן חלק. ער איז געװען אַ מוסטער פון אַרבעטסזאַמקײט און איבערגעגעבנקייט װי אַ געזעלשאַפּטלעכער טוער. דער פּאַרשטאָרבענער איז אַלט געװען 72 יאָר.

passage_538704c3b9b58c451a443a6b
Passage 2normalized OCR · source chars 776-1744

אין די ערשטע טעג פון סעפּטעמבער 9, וװוען א סך יידן האָבן פארלאָזן לאָדזש און זיך געלאָזן צופוס קיין ווארשע, בין איך נישט געלאָפן,. נישט דערפאר װאָס איך האָב פאָרויסגעזען די זינלאָזיקייט פון װעלן איבעריאָגן דעם דייטש, נאָר פּשוט איך האָב נישט געװאָלט איבערלאָזן עלטערן און משפּחה. איך האָב געװאָלט זיין צוזאמעןן. נאָכן אריינמאַרש פון די דייטשן האָט זיך געשאַפן א מהומה. מען האָט נישט געוווסט װאָס עס ועט זיין, און װוּ עס וועט זיין בעסער, װאָס שייך לאָדזש האָט מען צוליב דער גרויסער צאָל דייטשן באַלד זיך נישט נוט געפילט. איך האָב דעריבער אַװעקנעשיקט די עלטערן און דעם קראַנקן ברודער קיין ווארשע, געדונגען אן אויטאָ און זיי אלעמען טראַנספּאָר- טירט. די פרוי און שווינער זענען אוועק קיין טשענסטאָכאָו, ווייל מיר האָבן געהאט, ד. ה. אלע ברידער, געמיינזאַם חוץ א טעקסטיל-פאבריק אין לאָדזש אין נייערס ראיאָן, -- אויך א פאבריק פון בלוי געשיר אין פּאָראַי ביי טשענסטאָכאָו. איך פלעג פאר דער מלחמה זיין איין טאָג אין דער ואָך אין פּאָראַי צו דערליידיקן די ענינים פון דער פאבריק.

passage_aabed3568a9e134c62cd95ad
Passage 3normalized OCR · source chars 1746-2793

אין לאָדזש בין איך געבליבן איינער אליין. די דייטשן האָבן צו מיר נישט אריינגעזעצט קיין , טרויהענדער", ווייל דער גרעסטער חוב מיינער איז געווען צו פּאַזנאַנסקין און דער דאָרטיקער דירעקטאָר האָט געטרויט און נישט פאַרלאַנגט קיין , טרויהענדער". די פאבריק אין גענאַננען אין צויי שיכטן ביזן 4טן אַפּריל 1940. אין דעם טאָג אין אַראָפּנע- קומען פון פּולן דער הויפּט-טרויהענדער און מיר דערלויבט נאָר צו נעמען דעם פּאַלטן און גיין. איך בין נישט גענאַנגען אין נעטאָ אַרײן. איך האָב אויסגעזוכט מיינס אַ פּוילישן קונה פון קראָקע און ער האָט מיך אויף זיין לאַסטאױטאָ אַרויפגענומען און נע- שמונלט אַזש צוויי גרענעצן ביז קראָקע. מען האָט אַלץ נישט געקענט אָריענטירן זיך װווּ עס װועט זיין דערטרענלעכער אוים- צוהאַלטן די דייטשע אֶקופּאַציע. אין קראָקע בין איך געווען 4 חדשים, ביז עס איז ארויס א פאראָרדענונג, אז אלע צונערייזטע מוזן פארלאָזן די שטאָט, בין איך אוועק קיין ווארשע. דאָרט בין איך געווען 3 חדשים. איך האָב נעזען, אז אין ווארשע קען מען נישט לעבן -- נאָר שטאַרבן -- האָב איך געדונגען אַן אוױיטאָבוס און גענו- מען די גאַנצע משפּחה אַריין קיין טשענסטאָכאָן.

passage_89809a6e88f1faae35dd28c7
Passage 4normalized OCR · source chars 2795-3518

אין טשענסטאָכאָוו אין שוין געװען אן אַרנאניזירטע געטאָ. איך האָב באַקומען א צימער. אויך מיינע עלטערן האָבן אזא צימער באַקומען. דער , יודענראָט" אין געטאָ האָט טייל- ווייז, אין די ראַמען פון די מעגלעכקייטן געזאָרנט פאר די יידן, טשענסטאָכאָוו האָט געהאָט אליין 28 טויזנט יידן, לאָ- דזשער זענען געקומען א 19 טויזנט. צוזאמען 40 טויזנט. די יידישע פּאַליציי איז דאָ נישט באַשטאַנען פון אונטער- וועלט. דער , יודענראַט" האָט זיי ווערבירט פון אינטעליגענץ, און באלעבאַטישע יוננט, דער קאָמענדאַנט גאַלסטער אין געווען א באַלעבאַטישער ייד, א געװועזענער עקספּעדיטאָר, צװישן די לאָדזשער, וװאָס האָבן נעדינט אין דער פּאָליצײ זענען געווען ? קעסטענבערגס, 2 יאַראָטשינסקיס,. דער רעזול- טאָט, אַן עס זענען במעט נישט געווען קיין יידישע מוסרים.

passage_18e0459270b8eba76f2c9f32
Passage 5normalized OCR · source chars 3520-3968

מיט סחורה האָט מען נישט נעטאָרט האַנדלען. די פאב- ריק , טשענסטאָכאַװיאַנקאַ? האָט פּראָדוצירט א מין סחורה פון פּאַפּיר. מיט דעם האָבן יידן יאַ געמענט האַנדלען. פון דער , סחורה" האָט מען אפילו גענייט אָנצונן. מיין שכן מאָנהייט האָט געהאַט א געװועלב, האָבן מיר געמאַכט שותפות און אויסגעאַרבעט דאַמען-טאָרבעס איינצוקויפן. מיר האָבן נע- מאַכט שיינע הענטלעך און יידישע האנט-מאָלער האָבן נעמאָלן בלומען אויף זיי. די פּראָדוקציע האָט זיך אָנגענומען און עס

passage_87b17b46f3a7cf11e5e483a3