Original scan
Original memorial-book scan 160
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-915

1596 יצחק אײינהאָרן -- צוליב כבוד אב ואם רעייט דאָרט אינטערנירט. דערביי האָט ער געהייסן זייער שטאַרק פאַרנאַנדערטיילן דריי קאַטעגאָריעס; צו דער ערשטער די, װועל- כע האָבן זייער נאָענטע משפּחה, צו דער צווייטער --- ווייטערע משפּחה און ערשט צו דער דריטער צו סתם באַקאַנטע, וועלכע װאָלטן גערן אויפגענומען מענטשן. דאָס פאַרנאַנדערטײלן די קאַטעגאָריעס האָט געמאַכט נלויבן אין דער גאַנצע בבא-מעשה. די יחסנים, דער יודענראַט, די אינטעלינענץ האָבן זיך פאר" שריבן אין דער ערשטער קאַטעגאָריע. דאַן האָט פּלוצלינג דע- נענהאַרדט באַפױלן, אז אין פארלויף פון איין שעה זאָלן זיך די אלע זאמלען אויפן מאַרק. אלע זענען מיט שמחה געקומען מיט באנאזש. מען האָט זיי אלעמען אויפגעלאָדנט און עטלעכע פופציק פאמיליעס זענען אוועקנעפירט געװאָרן אויפן בית- עולם און דערשאָסן געװאָרן, די קליידער האָט מען געבראַכט צוריק אין קליינעם נעטאָ. צװישן די אומנעקומענע זענען געווען א 12 לאָדזשער משפּחות. איך געדענק גוט איינעם ד"ר ראָזען, א סטאָמאַטאָלאָג.

passage_449357e240a1c483695080ed
Passage 2normalized OCR · source chars 917-1807

די דייטשע האַס-פּראָפּאַנאַנדע איז געווען אזוי איינפלוס- רייך, אז געוויסע דייטשן האָבן אליין געגלויבט אין דעם. איך געדענק אזא פאַל. איך בין געגאַנגען מיט א פריינד אין געטאָ. איז פּונקט אָנגעפאָרן אן אויטאָ און אונדז געכאַפּט און אוועק- געפירט אױיסלאָדענען װאַנאָנען קוילן-שרוט. דער דייטש האָט אונדז געפרעגט װאָס מיר זענען, האָבן מיר געזאָגט, אז ארבע- טער, ער האָט באַטראַכט אונדזערע שװואַרצע הענם און אונדן באפרייט, צוגעבנדיק אונדז נאָך עסן. מיטן זעלבן אויטאָ האָט ער אונדז צוריקגעפירט און געגאַנגען כאַפּן יידן, ,װאָס ווילן נישט ארבעטן". ער האָט טאקע נענלויבט אין דער היטלער- פּראָפּאַנאַנדע וועגן דעם פּאַראַזיטיזם פון די יידן. ווען איך האָב זיך פארשריבן אין ,האַסאַג? בין איך דאָרט אוועק מיט מיין טאָכטער פון 17 יאָר. יעדן טאָג זענען מיר געגאַנגען פון קליינעם געטאָ צום ,האַסאַג? און צוריק, מיין טאָכטער האָט שוין דאָרטן געאַרבעט אין גאָרטן, האָב איך זיך באַמיט צו זיין מיט איר צוזאמען.

passage_b89a5127a86e89aaa1eb167e
Passage 3normalized OCR · source chars 1809-2756

דער גאָרטן האָט געהערט צו פּעלצערס קאַמגאַרן-שפּײ נעריי. איצט אין די טעקסטיל-פאבריק געװאָרן אן אמוניציע- פאבריק, אין פּאַלאַץ האָט געוווינט דער דירעקטאָר ליט, א בער- לינער דייטש. ער האָט געמוזט האָבן גוטע זכות אבות, אז ער האָט נגעהאַט אזא גרויסע מאַכט. ער איז געווען זייער העפ- לעך, נישט געדוצט קיינעם, מיין גור? איז געווען צו זיין נעענטער באַקאַנט מיט ליטן. איך בין געװאָרן אן איבערזעצער צווישן ראבאקן, דעם פּױ- לישן גערטנער און ליטן, וועלכער איז געווען א פארליבטער אין זיין גאָרטן, אין גאָרטן האָט מען אָנשטאָט בלומען געזעצט גרינצייג, אָבער אין , טשעפּלארניע" (אָראַנזשעריע) האָט ליט עקספּערימענטירט. אזוי בין איך נעקומען אין נאֶענטן קאָנ- טאַקט מיט ליטן, בעת מען האָט מיך אוועקגערופן פון דער ארבעט צו זיין דער איבערזעצער, צוויי װאָכן שפּעטער איז אָנגעקומען א יידישער גערטנער, פּאַסטערנאַק פון פּזשיטיק. דער יידישער לייטער זילבערשאַץ האָט אים געשיקט אהער ארבעטן. ליט האָט גערן געהאַט פּאַס- טערנאַקן. אָבער איך בין געבליבן דער איבערזעצער, וייל

passage_63078da9534c42fd7b02085f
Passage 4normalized OCR · source chars 2758-3704

פּאַסטערנאק האָט נישט געקענט קיין דייטש, פּאַסטערנאַק זעענ- דיק, אז איך רעד אֶפּט מיט ליטן, האָט מיך געבעטן א טובה: ער זאָל דערלויבן אהערצוברענגען פּאַסטערנאַקס 11 יאָריקן ברודערל?, וועלכן דער עלטערער ברודער האָט בעת דער סעלעק- ציע אריינגעלייגט אין א זעק? און נעטראָגן מיט זיך אויף דער אויסזידלונג. דער ענין איז געווען שװערער. די מורא פארן דייטש איז געווען גרויס און די קאָנסעקװענצן קענען זיין שלעכטע. איך האָב זיך אָנגענומען מיט מוט אן געבעטן ליטן די טובה. ער האָט נערוועז גערויכערט איין ציגאַר נאָכן צוייטן און נאָך א לענגערן ישוב הדעת מיט זיך געהייסן אים ברענ- גען. דער 21 יאָריקער פּאַסטערנאַק איז געווען גליקלעך. דריי װאָכן האָט ער אים אזוי געטראָגן אויף די פּלייצעס צום קליי- נעם געטאָ און צוריק. איינמאָל, פארן אהיימניין מעלדעט מען אונדז, אז אזוי וי די יידן אין קליינעם געטאָ האָבן געװאָלט מאַכן א רע- װאָלט, ווערט די געטאָ ליקווידירט און מיר בלייבן דאָ. דאָרט וו מען האָט נגעפונען די באָמבעס, אין די צוויי הייזער, װועט מען אלע אויסשיסן.

passage_32942636c7d75a3d5f24c4c8
Passage 5normalized OCR · source chars 3706-4855

פּאסטערנאק איז געקומען צו מיר מיט א צעבראָכן האַרץ. זיין ברודער? איז גראָד געווען קראַנק און געבליבן אין געטאָ. זיי װווינען גראָד אין איינעם פון די צוויי הייזער,. װאָס האָב איך געקענט טאָן? איך האָב זיך איינגעשטעלט און צומאָרגנס דערציילט ליטן די גאַנצע מעשה. ער האָט וידער נערוועו גערויכערט און מיר קיין ענטפער נישט נעגעבן. 4 נ. מ. אין געקומען א לאַסט-אויטאָ מיט 17 ייננלעך אונטער 17 יאֶָר, צווישן זיי דער קליינער פּאסטערנאק. מיר האָט ליט באַפולן צו מאַכן פאר זיי א וווינונג און נעבן זיי א טאָפּלטע ראַציע. ער האָט קעגן וילן פון דעגענהאַרדטן זיי צוגענומען, וייל ער דאַרף זיי האָבן. ווער האָט געהאָט מער דעה און איינפלוס און צוליב װאָס האָט דאָס ליט געטאָן? קאָנקורענץ? צי נאָר אביס? מענטשלעכקייט? מיר וועלן דאָס קיינמאָל נישט געװאָר ווערן,. ליט איז בעתן אריינמאַרש פון די רוסן פארשוונרן אָן א שפּור. הנם ליט האָט זיך באַצױנן נוט צו די ארבעטער אין אָבער דאָס לעבן אין אונדזער , האַסאַג" (געווען נאָך א האַ- סאַנ-לאַגער) נישט געווען אזוי פריילעך. אונדזער לעבן איז געווען הוננגער און שווערע ארבעט. חוץ דעם איז אונדזער לעבן געווען הפקר, למשל, דער עלטערער פּאסטערנאק איז אֶן א פארװואָס דערשאָסן געװאָרן פון א , ווערקשוץ" בעת ער איז אריין אין אַ טואַלעט,

passage_5f2f096d34ceef26019d4e5e
Passage 6normalized OCR · source chars 4857-5309

באַפרייט זענען מיר נעװאָרן דורך די רוסן. ערב דעם אָנקומען זייערן האָבן די דייטשן באַשלאָסן אונדז עװואַקואירן און מיט צוגן אונדז ארויסגעפירט יעדן טאָג צו 1,000 מאַן. די לעצטע 800 הונדערט זענען שוין געווען פארלאָדנט וען א רוסישער פאָרפּאָסטן האָט פארבלאָנדזשעט און אזוי איבער- געשראָקן די דייטשן, אז זיי זענען פריער אַנטלאָפן און מיר זענען געראַטעװעט געװאָרן. וי א קאָשמאַר זעען אויס יענע טעג. דאָס קען פארשטיין נאָר דער, װאָס האָט עס אליין איבערגעלעבט.

passage_f28a7a0d573a516f1f817279