Original scan
Original memorial-book scan 161
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-36

יידיש לאָדזש 7פן אנדזשע װישניעװוסקא

passage_55480272d6f1a872acaf3e7d
Passage 2normalized OCR · source chars 38-1619

איך בין געבוירן געװאָרן אין לאָדזש. געהייראַט אין יאָר 1920. נגעהאט א גוטן מאן און געפירט א באַשיידן און רואיק לעבן. אין 7 (נעבוירן א זון. אין ספּעטעמבער 1999, זייענדיק אויף זומער-ווינונג, דערהערם די שרעקלעכע נייעס. אין לאָדזש אין געװען א מהומה. די מענער זענען געלאָפן קיין ווארשע. איך האָב מיין מאַן אָפּגערעדט דערפון האַלטנדיק, אז דער דייטש װעט שנעלער לויפן פון אונדז. די װאָס זענען געלאָפן האָבן זיך פי? אָנגעליטן, א טייל זענען געהרנעט געװאָרן. מיט א געדריקט האַרץ האָב איך זיך צונעקוקט וי די דייטשן מאַרשירן אריין. באַלד האָבן אָנגעהויבן אויספעלן פּראָדוקטן. נאָך אלץ איז מען נעשטאַנען אין רייען און יירן האָט מען ארויסגעטריבן. דאַן האָט מען אָנגעהויבן כאַפּן אויף ארבעט. מען האָט נעזאָנט, אז די מענער וועלן האָבן שלעכט, נאָר די פרויען װועט מען נישט טשעפּן. פי? מענער האָבן בא- שלאָסן צו פאָרן קיין רוסלאנד, אויך מיין ברודער יאק? ויינ- בלום האָט אזוי באַשלאָסן. מיין מאַן אין מיט אים מיט- געפאָרן. איך מיט מיין זון און מיין שוועגערין מיט 2 קינדער בלייבן. די צווייטע ואָך קומט צו מיר מיין שװעסטער און שװאָגער רבקה און לייב? עלענבערג און דערציילן, אז זיי האָכבן געהערט, אז לאָדזש מון וערן יידן-ריין, וייל דאָס געהערט צום רייך. זיי האָבן דעריבער פארשריבן זיך צו פאָרן אין גענעראל-גובערניע. זיי האָבן אויך פארשריבן פמינע עלטערן, העניעק און ניט? וויינבלום, מיך, סמיין שװעגערין האָדעס און אירע עלטערן ליבערמאַן. איך האָב נישט געװאָלט פאָרן װאַרטנדיק אויף א בריוו פון מיין מאַן, אָבער עס אין קיין ברירה נישט נגעווען. וי ציגיינער האָבן מיר זיך פאַרפּאַקט און געלאָזן מיטן בזשעזשינער וועג קיין סקערניעוויץ. אָנגעקומען מיט צרות אהין, האָב איך נגעטראַכט וויאזוי צו קאָנטאַקטירן מיין מאַן.

passage_21c46f911dea87077c08d410
Passage 3normalized OCR · source chars 1620-2592

געװוּסט האָב איך, אזן ער װעט שרייבן צו זיין שװועסטער קיין אמעריקע. האָב איך אויך צו איר געשריבן אָנגעבנדיק מיין נייע אדרעס, אזוי ארום האָב איך באַקומען א בריוו פון מיין מאַן. דאָס איז געווען דער איינציקער גרוס, וויי? באַלך האָט מען אים פאַרשיקט, דערוויי? האָט מען גענומען שמועסן, אז אין לאָדזש איזן בעסער, מען אַרבעט. דער גור? איז געפּאַלן אויף מיר אריבערצוכאַפּן זיך און זען --- װאָס עס קומט פאָר. איך האָב אויסנעקליבן קריסטמעס-צייט, ווייל די װאַך שיכורט און מען װעט קענען שמונלען די גרעניץ פון ,רייך". יידן איז אויך נישט דערלויבט געווען צו פאָרן מיט דער באַן. נאָענט פון לאָדזש בין איך מיט נאָך אנדערע וי איך געשפּרוננען פון מיינע זכרונות װאַגאָן, מורא האָבנדיק פאר א רעוויזיע. די ואַך האָט אונדז נאָכגעשאָסן. אריין קיין לאָדזש, האָב איך זיך באַהאַלטן אין א הויף און געװאַרט ביז עס וועט טאָגן. ביינאַכט אין נישט געווען דערלויבט צו גיין. פארטאָג האָב איך זיך ביסלעכווייז צונעשאַרט צו קאַמיעננע גאַס, װוּ מיין שוועסטער האָט פריער געוווינט און איך האָב געהאַט דעם שליסל.,

passage_76d83d4a67abee07773dbcef
Passage 4normalized OCR · source chars 2594-3563

ארומגעקוקט זיך, האָב איך באַשלאָסן צוריקפאָרן קיין לאָדזש. איך האָב מיטגענומען אייניקע זאַכן און, מיט א גרופּע געפאָרן צוריק, די גרופּע אין געפאָרן ביז גלאָוונע. איך האָב איינע אליין געדאַרפט אָנקומען קיין סקערניעוויץ. געפאָרן בין איך מיט א פור. דער פורמאַן איז געווען א פּאַלאק אין מיטעלע יאָרן מיט א זון פון 20 יאָר. מיין סיטואַציע אין געווען א שווערע. ווינטער. א פראָסטיקע נאַכט, וועלדער און פעלדער. איך האָב זיי אָנגעהויבן צו דערציילן וי שלעכט מיר איז און אז איך האָב קיין געלט נישט. באַצאָלן װעל איך זיי ווען איך ווע? זיין אויפן אָרט. איך בין בשלום אָנגע- קומען קיין סקיערניעוויץ. אין אייניקע װאָכן שפּעטער האָט אונדזער פריינר מאַקס, אונדז געשריבן מיר זאָלן קומען קיין לאָדזש. געפאָרן זענען מיר גרופּנוייז. יערע משפּחה באַזונדער. מיר האָבן באַצאָלט א גרויסע סומע די שמוקלערס און זיך צוריק באַזעצט אין לאָדזש. דאָס איז געווען סוף מערץ. באַלד איז געקומען א פאר- אָרדענונג, אז סיר מוזן אריין אין געטאָ. ‏ פון קאמיעננע האָבן מיר זיך איבערנעצוינן אויף לימאַנאָוסקעגאָ.

passage_11287b67036348da70f896c5
Passage 5normalized OCR · source chars 3565-4564

איך האָב אָנגעהויבן ארבעטן אין א רעסאָרט, װאָס האָט אוױיסגעאַרבעט נומע - מאַנטלען. מיר האָבן געהונגערט, מיין קינד איז קראַנק געװאָרן אויף סוכאָטעס און געשטאָרבן, כאָטש איך האָב אים אוועקנענעבן מיין צוטיילונג. אויך מיינע עלטערן זענען געשטאָרבן פון הונגער. דאָס אלץ אין פאר- לויף פון א האַלב יאָר. איך האָב זיך איבערגעצויגן צו מיין שוועסטער, ביי מיינע מיטאַרבעטער בין איך געווען זייער באַליבט. זיי האָבן מיך אויסגעוויילט אין א קראנקן-קאָמיטעט. די אוים- גאבע איז געווען צוזאמענזאמלען פון יעדערנס ראַציע א ביסל און דאָס אָפּנעשפּאָרטע געבן דעם קראַנקן. אויב עמיצער האָט נישט געקענט קומען צו דער ארבעט פלעג איך אָפּנעמען זיין מיטאָג און דאָס אים אװעקפירן. אויב מען האָט עמיצן געהאַלטן ביים אוועקשיקן און ער האָט זיך אױיסבאַהאַלטן, פלעגט מען דער גאַנצער משפּחה צונעמען די צוטיילונג. דאַ, האָב איך זיך אוועקגעשטעלט ביים קעסל מיט א טאָפּ און יעדער פלענט אריינגיסן א לעפל און איך האָב עס אװעקנעטראָגן. די אויסזידלונגען זענען געגאַנגען סיסטעמאַטיש. צוערשט די קראנקע פון די שפּיטעלער, דאַן די עלטערע מענטשן,

passage_471f6207342095188d832d43