Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 164
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1017

160 י ראָזענבערג -- און אויך די חורבה איז אין פלאַמען אוועק.. . אויס נזלנישער ליבע צום פלאַם פון שייטער, דיין ליכטיקן שטראַל נישט דערזעען, אפשר מיינסט דו זיי, הא 4... אָ! האָבן זיי זיך אין טאָג פון מיין גרויסער מפּלה פריי- לעך געמאַכט, אָ ! וי פריילעך, און גלויב מיר, אז דאָס קען איך שוין טאַקע אינגאַנצן נישט פארשטיין, װי אזוי האָסט דו געקענט צוריקהאַלטן דיין אייזערנע האַנט, װאָס איר קלענ- סטער ריר איז מסוגל? געווען צו צעשמעטערן נישט נאָר די רשעים, נאָר אויך די טרפהנע פּיקעס, וועמענס אוױיסגעלאַסענע לִיפּן האָבן דורך די פענצטער פון דורכפאָרנדיקע טראַמוײיען געלאַכט פון מיין בראָך, פון מיין אומגליקלעכער געפאַלנקייט, װי אזוי האָסט דו דאָס געקענט!? װ י א זוי! + נין, דאָס זעסט דו װעל איך שוין קיינמאָל נישט פארשטיין, קיינ- מאָל נישט ! | און אפילו מיינע איינענע, כ'מיין די, וועלכע האָבן נאָר פאר א בידנעם כזית ברויט, װי לעפער צום רשע זיך פאר- קויפט, אויך זיי האָבן זיך דאָ געלאָזט וווילגיין, אָ! האָבן זיי מיט אויגן, װי צונגען פון שמוציקע הינט ביים פאַרטריקנטן קויט, די רשעים געשמעקט און געלעקט, אוי װי געלעקט...

passage_56f0906db8e05f9f6cfc379a
Passage 2normalized OCR · source chars 1019-2041

און ווען אין דער נאַכט, אין דער קאַלטער נאַכט פון פארשיקונג, האָט מיין גאָלדע, מיין אָרימע פארוויינטע גאָלדע, די צום טויט דערשראַקענע קינדער מיט שאַליקעס די העלדזער פארוויקלען געװאָלט, האָט זיך זייער רעדלפירער, דער מיטן װאַנצן געל-קאַלירטן אָרעמבאַנד, װי א הייזעריקער אייזל צע- ריטשעט: , יונץ ענק, יונץ ענק, װעט ענק נישט קאַלט זאַן", שוין װאַרט אויף ענק א גרויסער פּיעקעליק, דאָרט װעט עץ ענק שוין גיט אויסשוויצן... װעט עץ ענק". און אזוי האָט מען זיי אלע פון מיר צוגענומען, אלע, -- מיין גאָלדע, מיין טאָכטער חוה, איר קליינעם דורל, די שכנים, אלע, א ?ע, נאָר מיך זעסט דו און טאַקע נאָר צוליבן גרויסן , גליק" װאָס כ'בין פון הונגער געליימט געװאָרן, האָבן די רוצחים פּריווילינירט צו שטאַרבן ביחידות, האַ, װאָס זאָגסט די עפּעס צו אזא , גליק", נאָר כ'ווע? גאָר נישט זינדיקן, כ'ווייס א נישט יעדער ייד אין היינט זוכה צו שטאַרבן אויף זיין אווגן בעם.., ליג איך דאָ טאַקע איינער אליין, צווישן די אזוי אמאָל באַליבטע ווענט, װאָס זענען איצט פאר מיר וי ברעטער פון א קרקע געװאָרן, און װאַרט, װאַרט אויפן סוף װאָס װויל דווקא נישט קומען...

passage_a54ac78f53afccf2d5d0e2d6
Passage 3normalized OCR · source chars 2043-2822

היינט, װי נאָר דער אֶװונט אין צונעפאַלן, און ס'האָט נאַכט װי א שטילער גנב, וי אויף שפּיץ פינגער גענומען שלייכן זיך דורך די שפּאַרעס פון מיין לוין געװאָרענער טיר, בין איך ווייזט אויס פון הונגער איינגעדרימלט.. ערשט באַמערק איך וי אויף די פּאָליצעס װאָס אויף דער מערבדיקער װאַנט, פון מיין אמאָ? געוועזענער פּאַפּיר- גאַלאַנטעריע, טאַקע פון דאָרט װו עס זענען שטענדיק געלעגן אָנגעװאָרפענע שטויסן פון פארשידענע קריסטלעכע חגנאות- דיקע באַפּוצונגען, נאָלדענע און זילבערנע שטערן, וייסע דורכגעפלאכטענע מיט ברילאַנטענע פעדעם שניי אימיטאַציע, און אויך א נאַנצע חברותא פּאַפּירענע גויִשע מלאכים מיט פריש פריזירטע קעפּ, און ראָזא קאַָלירטע באַקן, טאַקע וי ערשט צוריקגעקומענע פון דאטשע. פּלוצלינג, דערזע איך װוי פון א לאָך, װאָס טאַקע אויף דער זעלבער מערבדיקער װאַנט, װוּ אַ שוארצע שפּין האָט

passage_5d54f6727a4afb65fe39aeb4
Passage 4normalized OCR · source chars 2824-3764

שוין יאָרן א נעץ פון פעדעם געװועבט, קריכט זיך לאַנגזאַם ארויס איינער פון אָט דער פּאַפּירענער חברותא, באַלר פאָלגט אים נאָך א צוייטער און א דריטער, שוין ווערן זיי צען, הונדערט, א טויזנט, און מער און מער, און זיי האַלט זיך אין איין כפלען, ביז די שטוב, די גאָס, די נאַנצע וועלט ווערט פול מיט זיי, און װי א קוואטשן פון זשאַבעס איז זייער גערע- דעכץ, האַלטן זיי אין איין איבערחזרן; יאא, יאא, יאא, אזוי וי זיי װאָלטן צו אלעם װאָס דאָ קומט פאָר מסכים נעווען און ס'גלאַנצן דערביי זייערע וואסערדיקע גלעזערנע אויגן, מיט קעלבערנע התלהבות וי ביי נאַרישע לאַלקעס, נאָר װאַרט נאָר, װאַרט! זע נאָר װאָס דאָ פּאַסירט, זע נאָר מיט װאָס פאר א כניפה די כאַלאַסטרע האָט דאָ איינעם פון זייערע אויפגענומען, אַ ! וי זיי האַלטן זיך דאָ אין איין בייגן און ניינן פאר אים, און ער, דער ליכטיק אויסדער- וויילטער איז שוין גאָרנישט אליין; ביי אים אויפן אָרעם העננט אין א לאנגער שווארצער טאָגע וי צונגעוואקסן א צויי- טער, און ביידע זענען זיי אזוי פארקערפּערט צוזאמען, אז

passage_920fae7492c41f5ad26afae2
Passage 5normalized OCR · source chars 3766-4917

ס'איז ממש נישט מעגלעך צו זאָנן אויף זיכער: זענען זיי איינס, אָדער גאָר צוויי ? צוויי, אָדער גאָר איינסס? און דער ערשטער ווערט פון אלע מיט דרך-ארץ גערופן: געערטער הער װאָלפגאַנג געטע, און זיין טרייער שװואַרץ געקליידעטער מכשף- משרות: מעפיסטאָפלעס, און טאַקע גלייך הינטער זיי שפּאַנט א מאַן, וועמענס כבוד איז אויך זייער, זייער גרויס, און וי נאָר די חברותא האָט זיך אויף אים דערקענט, אזוי האָבן זיך אלע מיט די פּנימער וי פאר א הייליקן צו דער הוילער ערד זיך געװאָרפן; ערשט דאָ האָט זיך דער כיטרער מעפיסטאָם- לעס קונציק א קער געטאָן, און װוי א געשיקטער אָבער אומ- פארשעמטער קעשענע-ננב ארויסגעצויגן דעם הער בעטהאָווען זיין דין פארשניצטן צויבער-שטעקעלע מיט ועלכן ער האָט זיין אייגענעם באלעבאָס, וי אויך דעם גרויסן מאן אין א באַרג פאַרװאַנדלט, פון אָט דעם כישוף אין די נאנצע כאַליאַסטרע פאר פרייר פּשוט משונע געװאָרן, און טאַקע גלייך האָבן זיך זייערע ראָזדקאָלירטע, רונדיקע פּנימער באַדעסט מיט געדיכטע קלעפּיקע האָר, װי ביי מאַלפּעס, פון וועלכע ס'האָבן ארויס- געקוקט ווילדע אוינן, ואָס האָבן אומרואיק געפּינטלט. ס'האָט זיך געדוכט, אז דאָס זענען לויערנדיקע חיות װאָס האָבן נאָך יאָרן פארשפּאַרט זיין אין שטייגן, ווידער דערפילט דעם טעם פון פארלאָרענעם דזשוננל...

passage_72169f04421def0279947f77
Passage 6normalized OCR · source chars 4919-5733

און אָט האָבן זיי זיך א שפּאַר געטאָן פאָרױיס, און ווען אַ צעפלאַמטער װאָלקן, װוי א ואַלד אָנגעצונדענע שטורקאַצן, האָט א שועבנדיקער שייטער א ויג נעטאָן זיך אין דער הויך, ערשט דערזע איך וי צוישן דער אויסגעלאַסענער חברותא, שטייט געפאנגען א נאַקעטע, מיט אָפּנענאָלטן קאָפּ מיין יונג פארשעמטע חוה, צו וועמענס דינע אראָפּנעלאָזטע האַנט, עס קלאַמערט זיך א בלייכער פון שרעק, איר קליינער דודל,. גלייך האַרט נעבן חוהן, איז וי אויסגעװאָקסן מיט א האַלב-צעשניטענער באַק, א מוראדיקע סמיאוסע מאַלפּע, וועלכע האָט אין א שני-וייסן כאַלאַט, און גאָלדענע באַ- ברילטע אויגן כמעט אויסנעזען װי א פעלדשער, האַלב פעלד- שער, האַלב מאַלפּע... און ער האָט זיך נאָך געהאַלטן אין איין סודלען און חנדלען צו א נקבהדיק פארזעעניש, וועלכער כ'װאָלט טאַקע צוליב איר אויסגעלאַסענעם אויפפירן זיך, גענומען פאר א פּראָסטע נאַסךזונה, און ווען זי, אָט רי,

passage_78660a3be3574a12b1e612e3