Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 167
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1078

יידיש לאָדוש 163 װאָלף הערש אבן (חולון) באלוט, מיין חרובע היים = א 5 באַלוט, מיין חרובע היים וי ליידיק דער טיש איז אָן ליכט אין די שויבן, פּאַריתומט די ווענט, מיין יידישע נעסט דער טאטע געקוילעט, פון דערװואָרגענע טויבן. די מאַמע פאַרברענט. א חרובע היים, מיט נעסטן פון שפּינען, װאָס זוך איך אויף חורבות, װאָס װעל איך געפינען ? א אין חרובן געטאָ, װאָס זוך איך אין מדבר צווישן ציגל און שטיינער -- פון חורבות און שטיינער? בלאַנקע איך עלנט, די ערד און דער הימל -- בלאַנקע איך איינער. העלפט מיר באַוויינען. ביי דעם מאָג פּרווו איך בעמן, ביי דער נאַכט פּרוּוו איך פרעגן -- װווּ זוכט מען די שפּורן, און אויף וועלכע וועגן. װוּ זוכט מען די גריבער, װוּ עס רוען די ביינער ? עס ענטפערט נישט קיינער... עס ענטפערט נישט קיינער... א יי אונטער אַלע הימלען אונטער אַלע זונען, וועל איך מיינע נאָענטסטע אומעטום געפונען. ווו רוען זיי איצטער מיט צעאשטע גלידער ? זאָל צו זיי דערגרייכן ס'טרויער פון מיינע לידער. י.י דו זאָגסט, אַז ס'איז קיינער נישטאָ -- לאָז מיך ארומגיין מיטן חלום, איך בעט דיך : אויב ס'איז אמת, על איך פאַרשעלטן די שעה, װאָס איך האָב גענומען דעם זאַק אויף די פּלײיצעס.

passage_f7ec3e277c1e5961583bd884
Passage 2normalized OCR · source chars 1080-1416

און געלאָזט מיינע נאַענטסטע אינם לאַנד ווען ס'האָבן געריסן צו זיי זיך די פלאמען. נאָר כ'וועל אויף אייביק שוין טראָנגן די שאַנד. װאָס מיט זיי, כ'בין נישט געבליבן צוזאמען. מיין אומרו כ'וועל פּראָגן איבער וועלט, מיין ווייטיק כ'וועל קיינמאָל פּאַרהוילן, און װווּ כ'וועל נאָר אויפשלאָנן מיין געצעלט, וועט מיר נאָכלויפן ס'געיאָמער פון פּױלן.

passage_da4199ca73072a4ee50dba08