Original scan
Original memorial-book scan 17
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-969

יידיש לאָדזש 13 יי אט יע רעלעט הטאר אטא א (,הזמיר" מיט מאָשקאָװוויטשן אַלס רעזשיסער, , באַגינען" א.א.), כאָרן, מאַנדאָלין-אָרקעסטערס, די בונדישע קולטור-ליגע און די לינקע פּועלי ציון האָבן אויך געהאָט בלאָזדאָרקעסטערס. ספּאָרט האָט פארנומען א שיין אָרט אין לעבן פון דער יוגנט. עס האָבן עקזיסטירט גימנאסטישע ספּאָרט-פאריינען וי , מאָרגנשטערן", , שטערן", , בר-כוכבא" א. א. שוין נישט רעדנדיק ווענן א סך פוטבאָ?-קלובן. קאָכיק, ברויזנדיק, אין גרױיסשטאָטישן פארמעסט, אין געווען דאָס יידישע לעבן אין לאָדזש צוישן ביידע וועלט- מלחמות. װי לאנג פּױלן האָט געהערט צום צאַרישן רוסלאנד האָט נעבליט און געװאָקסן די טעקסטי?-אינדוסטרי. אין אומאָפּהענ- גיקן פּױלן איז זי אביסל איינגעשרומפּן צוליבן פארלירן דעם רוסישן מאַרק,. לאָדזש האָט גענומען לעבן וי אין פיבער. אמאָל בעסערע צייטן און אמאָל ערגערע, אמאָ? א קריזיס, אָפּהענגיק פון דער סיטואַציע אויפן וועלט-מאַרק. אָט די פי- בערנדיקע, כסדרדיקע ענדערונגען האָבן געווירקט אויפן לעבן פון פּשוטן מענטש, אויף די באציאונגען צווישן מענטשן.

passage_2404b24bd18061c0e674b908
Passage 2normalized OCR · source chars 971-1911

אמאָל, אין די צייטן פון פארנאנדערוווקס, זענען דרי באַציאונגען צװישן מענטשן פון פארשיידענע נאַציאָנאַליטעטן, פון די יידן, דייטשן און פּאָליאקן געווען מער ווייניק גוטע, הגם פון צייט צו צייט זענען אויך דעמאָלט פאָרגעקומען צוזאמענשטויסן. אָבער מיטן אֶנקוֹם פון קריזיסן האָבן זיך די באַציאונגען צװוישן די דריי פעלקער שטאַרק פארערגערט. ביי פּאָזנאַנסקין און אין וידזעוו, ביי די וייניקע יירישע נרויפע פאבריקן, איז די סיטואציע געווען אזא: יירישע באלע- באטים, יידישע ביוראָ-אָנגעשטעלטע, דייטשע מייסטער, דייטשע וועכטער (פייערלעשער) און פּוילישע ארבעטער. די יידיש-פּוילישע באַציאונגען זענען אין לאָרזש קיינמאָל נישט געווען קיין נאָענטע. די יידישע אינטעלינענץ אין דאָ נגעווען ווייניקער אסימילירט פּוילִישׁ װוי אין ווארשע, ווייל זי האָט אַזא טראַדיציע נישט געהאַט. א גרויסע טייל פון אָט דער אינטעלינענץ איז געקומען פון רוסלאנד (גירוש מאָסקװע) אָדער פון די דייטשע מייסטער-שולן, און דער פּאַלאָניזאציע- פּראָצעס איז געווען א שעפּטערדיקער און א שװאַכערער.

passage_49a5501490c87fd01b9ac0db
Passage 3normalized OCR · source chars 1913-3037

דאַקעגן די יידיש-דייטשע באַציאונגען זענען געווען פיל בעסערע, עס האָבן געווירקט דערויף א ריי פאקטאָרן: צויי מינדערהייטן, וועלכע האָבן זיך באַמיט איפהאַלטן זייער נאַציאָנאַלן אייננאַרט קענן שטראָם פון פּאַלאָניזאציע, וי אויך די מענלעכקייט לייכטער צו פארשטענדיקן זיך. געווען דייטשן, װאָס האָבן גערעדט א פליסיקן יידיש. אין באַלוט אין געווען באַקאַנט דער פעלדשער לינקע און דער ווירט קראמער, װאָס פלענט א יידישן שכן אויסבאָרנן א קערב?ל אויף שבת. די דייטשן װי א בעסער סיטואירטע גרופּע האָבן זיך נערנער נעחברט מיטן יידישן מיטלקלאס וי מיט די פּוױלישע ארבע- טער, ס'רוב געקומענע פון דאָרף. לאנגע יאָרן איז אין לאָדזש געווען א בלאָק צו די וואלן פון די בירגערלעכע יידישע און דייטשע פּארטייען. אויך די דייטשע ארבעטעררבאַווענונג האָס געהאַָט נאָענטע קאָנטאַקטן מיט דער יידישער. יערנפאלס זענען זיי גערנער געגאנגען מיט יידן איידער די פּוילישע סאָציאליסטן. דער פּראָצעס פון פּאַלאָניזאציע אין ביי די דייטשן געוען שנעלער וי ביי יידן, הגם יעדן זונטיק פלעגן זיי זיך צונוים- קומען זינגען זייערע , היימאַטסלידער", דאָך צוליב דער קריסט- לעכער רעליגיע, (וויי? א טייל אין געוװוען קאַטױליש), זענען זיי שנעלער ארונטערגעפאלן דעם אסימילאַציע-פּראָצעס.

passage_574b419fda9194c994c0a493
Passage 4normalized OCR · source chars 3039-4134

נישט קיין וװוונדער װאָס אין דער היטלער-צייט האָבן א סך עכטע פּאָלַיאקן געקאָנט זיך דעקלאַרירן אלס פאָלקס- דייטשן אָדער , דויטש קאטויליש". מיטן אויפשטייג פון היט- לעריזם איז דער דאָזיקער סם שנעל אריינגעדרונגען אין דער דייטשער געזעלשאַפט, אדאנק די כסדרדיקע עקאָנאָמישע קרו- זיסן װוי אויך צוליב דער אַנטיסעמיטישער פּאָליטיק פון דער פּוילישער רעגירונג, וועלכע האָבן דערמיט צונעגרייט די קאַפּי- טולאַציע לנבי די דייטשן און די אױיסראָטוננ פון יידישן פאָלק, ערב דער צווייטער וועלט-מלחמה אין כמעט די נאנצע דייטשע געזעלשאַפט געווען היטלעריסטיש. בלויז אייניקע פאר- דייטשטע יידן זענען געבליבן ביי די דעמאַקראַטיש-דייטשע אויסגאַבן, אגב איז כדאי צו באמערקן דעם גרויסן חלק, װאָס יידן האָבן געהאַט אין דער דייטשער פּרעסע אמאָל, ווען די דייטשן האָבן אין ספעפּטעמבער 1939 אריינמאַר- שירט קיין לאָרזש איז קיין זכר נישט געבליבן פון די געציילטע דייטשע אַנט-פאַשיסטן. די לאָדזשער דייטשן האָבן צוזאמען מיט די פּאַליאַקן, װאָס האָבן זיך גערופן פּראָצענטיקע פאָלקס- דויטשן, האָבן איזאָלירט די יידן פון דעם ארום. נאָך פארן שליסן דעם געטאָ זענען די לאָדזשער יידן שוין געווען ארומ- גערינגלט מיט א וואנט פון שנאה און האס.

passage_4fbe95e0685a55bb45125e16
Passage 5normalized OCR · source chars 4136-5122

דאָס אייננלידערן לאָדזש אין דריטן רייך און אָפּשניידן די יידן פון דער איבעריקער יידישער באַפעלקערונג פון פּױלן האָט שוין פולשטענדיק איזאָלירט דאָס לאָדזשער געטאָ. די פּוילישע היסטאָריקער סמיידן אויס דעם פאַקט ועגן מאַסנ- ווייזן אָפּזאָגן זיך פון פּולישקייט מצד די לאָדזשער פּאָליאקן. אין אזא אטמאַָספער ארום דעם געטאָ איז במילא די לופט אין נעטאָ געװאָרן אלץ מער שווער און שטיקנריק. ווען די דייטשן האָבן געשאַפן דעם יידן-קװואַרטאַל, האָבן זי אלס עלטעסטן באשטימט מרדכי חיים רומקאָווסקי. די לאָ- דזשער דייטשן, װאָס זענען געווען די ראַטגעבער פון דער אַקופּאַציעדמאַכט, האָבן גוט נעקענט די אינערלעכע פאר- העלטענישן אין דער יידישער נעזעלשאַפט. זיי האָבן דעריבער קורם 2כ? ארעסטירט א ריי פאראנטװאַרטלעכע יידישע געזעלשאַפטלעכע טוער (חיים לייב פּאָזנאַנסקי, ד"ר אלעקסאנ- דער פמאַרגאָליס, אַ. האָלענדערסקי, בערקאָוויטש, יוסף מאָרגענ- טאַלער א.אַ.) און פאַרשפּאַרט אין ראַדאָנאָשטש. מיט דער הילף פון רומקאָווסקין האָבן די דייטשן אַנטװאָפנט דעם ווידער- שטאַנד אין געטאָ, איידער ער איז אַנטשטאַנען.

passage_e007e970ed34c524e4065f57
Passage 6normalized OCR · source chars 5124-5498

עס איז געווען א נסיסה אָן א שיין פון האָפענונג אויף ענדערונגען צום בעסערן, א פּאַמעלעכער טויט. לאָדזשער געטאָ איז געווען א מלוכה פון שאָטנס. אין אזא לאַנע האָט יעדער װוידערשטאַנד, איז יעדער בונטארער ארויסטריט געווען ממש א נס. א שטרייק אין געטאָ, הערן ראַדיאָדידיעות און זיי פאר- שפּרײיטן -- זענען נעווען העלדנטאַטן, אויב מיר נעמען אין באַטראַכט די באדיננוננען און אומשטענרן.

passage_26108f1fab3b85d2ed3cb64e