166 ישעיהו שפּיגל -- גורלות פון צוויי לאָדזשער געטאָישרײבער מלחמה. פּרץ אָפּאָטשינסקיס איינציק פארעפנטלעכט בוך ,נע- ונד" (דערשינען 1933), האָט געהאַט אין זיך שפּורן פון י. 9, פּרצעס אידעישער אַטמאָספער. די צימצומדיקע פּראָזע- שילדערונג איז דורכגעזאַפּט מיט א הייסער לאָדונג פון חסי- דישן מיטאָס און חלום. זיין עפּישער זאַץ איז דרייסט, גע- שפּאַנט און מיט ערלעכן דיכטערישן שװוּנג. דער הויפּט-העלר פון , נע-ונד", יוחנן המבקש, ווערט געפירט צווישן סתירות, בלאנדזשונג, זוכענישן נאָך אן עטישן, ריינעם אינהאַלט פון יירישן לעבן. זיין מחבר, פּרץ אָפּאָטשינסקי, האָט שפּעטער, אין ווארשעווער נעטאָ, אין די מלבושים פון א געטאַָיבריוו- טרענער, זיך אליין פאַרװאַנדלט אין א יוחנן-המבקש. ער האָט אין דער מאַרטיראָלאָגיע פון צאַנקענריקע מענטשן געפונען רי שמאָלע סטעזשקע פון ליכט און אמונה, די קליינע טראָפּנס טרייסט אין דער גרעסטער פינצטערניש.
יוסף זעלקאָװויטש האָט נישט באַוויזן ביזן אריינגיין אין געטאָ אויפצוזאמלען זיינע ליטערארישע אַרבעטן אין א בוך. ער האָט, װי ס'איז שוין דערמאַנט געװאָרן, פארעפנטלעכט סקיצן, רעפּאָרטאַזשן און דערציילוננען אין דער יידישע פּרעסע. מיר איז געבליבן אין זכרון זיינס א נאָר אַריגינעלֶע פאָרש- אַרבעט, פארעפנטלעכט אין א ווסנשאַפטלעכער שריפט. די אַרבעט האָט געטראָגן דעם נאָמען;: ,דער טױט און זײנע באַגלײט-מאָמענטן אין דער ידישער עטנטָגראַפיע און פּאָלקלאָרײ. וי מוראדיק-העלזעעריש, ממש נביאיש, קליננען די דאָזיקע ווערטער איצט אין אונדזערע אויערן. דער היטלער- טויט האָט שוין געהאָט געשאַרפט די קאָסעס פאַרן פּוױלישן יידנטום --- און דאָ האָט א יידישער שרייבער גאָר זיך גע- לאָזט אויספאָרשן די באַנלייט-מאַמענטן פונעם פּרידלעכן טויט ביי די יירישע מאַסן אין אַמאָליקן פּױלן. צי האָט ער געקאָנט פאָרויסזען, אז ס'וועלן אָנקומען די יאָרן פון א געטאָ- תקופה און זיי וועלן עס אים צוטראָנן אַזא גיהנומדיקן קאַ- ליידאָסקאָפּ פון יידישע גסיסה מיט אירע באַגלייט-מאָמענטן נישט װי פאָרש-מאַטעריאל, נאָר וי א טראַנישע יידישע רעאליטעט ?
מען דאַרף זיך משער זיין, אז פאר ביידע יידישע לאָדזשער שרייבער איז זייער אַרכיװדאַרבעט אין די געטאָס נישט געווען א צי? פאר זיך. אויב פון ביידע זענען פאַרבליבן ווערטפולע געטאַדרעפּאָרטאַזשן און אויפצייכענונגען נישטם בליז פון געשיכטלעכן באטייט --- (זיי שטייגן איבער יעטװועדע ליטעראַ- ריש-קריטישע פאָרמו?), איז עס דערפאר, װאָס זיי האָבן אין דער אַרכיודאַרבעט אריינגעהויכט זייערע פארלוירענע, שאַפע- רישע כוחות. אין זייער טאָנדטענלעכער יסורימדיקער אָבסער- װאַציע, אינעם זאַמלען פאַרן אַרכיוו די אויסגעלאָשענע ברעק- לעך פון אן אויסצאַנקענדיק יידיש לעבן -- האָבן זיי געפונען דאָס כישופדיקע טויער פון אילוזיע. אין פאַרצוימטן געטאָ- תחום זענען אָבער געבליבן אומפּאַרצוימט די אַנאָנימע האָרי-
זאָנטן פון שאַפערישקייט. דאָס זאַמלען געטאַ-פאָלקלאָר, דאָס פאַרפיקסירן די יידישע נסיונות פון דער מבל-צייט, האָט טיילווייז געשטילט אין זיי דעם א אַנאָנימען יצירהדיקן הונ" גער. זיי זענען ביידע געווען וי ים-טויכער, װאָס לאָזן זיך אין די פינצטערע גרונטן ארויסברענגען אויף דער אויבער- פּלאַך די טימנים פון אונטערנענאַנגענע לעבנס. ביירע שריי- בער האָבן פאַרמאָנט אַ וױטאַלן, שאַפערישן זויער-שטאָף בעת זייער דנאַ-בלאַנדזשעניש אין דער פינצטער פון יענע טויטע יאָרן. דער האָריזאָנט פון שטאָף-אױיסװאַל איז טאַקע געװאָרן פארשמעלערט און פול מיט מאַקאַברישן תוכן, אָבער דער האָריזאָנט פון היסטאָרישער חשיבות, דאָס שאַפערישע פרייע פייער, דער הייליקער ציל פונעם אומאָפּהענגיקן װאָרט- אויסדרוק, איז אין דער פאַרצוימטקייט ביי זיי נישט פאר- לוירן געגאַנגען.
שוין פי? יאָרן ערב געטאָ האָט פּרץ אָפּאָטשינסקי פּסי- נאַלאָניש-טיף און מיט א בליק אין דער גרויליקער צוקונפט אויסגעדריקט די דאָזיקע אידייע פון שאַפערישער אומאָפּהענ- גיקייט שרייבנדיק וועגן די לייוונטן פון א יידישן מאָלער, זעט ער אין די געשטאַלטן פון יענעם מאָלֶער צוו. אַנד. ,,..דעם ערנסט און האַרמאָניע פון מענטשן, װאָס נעמען דאָס לעבן זייער ערנסט און װאָס ווייסן, אז זייער שייכות צום קאָסמאָס שטעלט זיי אין א גרויסער עטישער אָפּהענגיקייט" (ציטירט פון , געזאַמלטע שריפטן" פון פּ. אָפּאָטשינסקי, ארויסגעגעבן פון זיין שויעסטער רינה אָפּער-אָפּאָטשינסקי, ניו-יאָרק, 1981).
ביידע לאָדזשער שרייבער, סיי אָפּאָטַשינסקי און סיי זעלקאָװיטש, האָבן אין געטאָ אויף אַ רגע נישט פאַרגעסן וועגן דעם אַנאָנימען שייכות צום פרייען, אייביקן קאָסמאָס. זיי האָבן ביידע אין זייערע געטאָ-שריפטן אריינגעהויכט די האַרמאָניע פון שרייבערישער אומאָפּהענגיקײיט --- אויף וויפל דאָס איז געווען מענלעך אין יענע אומגליקלעכע טעג. װי טראַגיש זייער פּערזענלעך לעבן זאָל נישט האָבן געװען -- האָבן זיי דאָך זייער חלום אויפגעהאַלטן, אים פארמויערט וי אַן איבערצייט- לעכן נאַציאָנאַלן חוב אין זייער טעגלעך-געשריבענער כראָניק פון ניהנום. דערפאר איז זייער כראָניקת -- זייערע ביידנס נורלות -- נישט בלויז די כראָניק פון זייער איינענער פאר- שעמטער און געשענדטער שאַפערישקייט. פון זייער כראָניק רעדט צו אונדן א שרייבערישע צוואה, װאָס נילט פאר אלע צייטן. דאָס איז דער רוף פון יעדער יידישער פארצוימטער שאַפערישקייט, פון געשלאָנענעם גייסט אין פארצווייפלונג און פון יעדער פאַרקנעכטונג. דער פאַרשניטענער שרייבער-דור מיט זיינע ביטערע נסיונות שיקט זיין גרויסע מאָנונג אויך צום דור, װאָס איז געקומען נאָכן חורבן. דאָס איז אויך א טאָ- נענדיקער רוף צו די קומענדיקע דורות פאר אן אומאָפּהענ- גיק, מענטשלעך-פריי, יידיש, שאפעריש לעבן.