Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 172
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1084

168 יי דיש לאָדזש אויסצונן פון טאָג-בּיכ ער קינדער פארטיידיקן זייער רעכט באָנאָ ווינער מיטװאַך, דעם 24טן נאַװעמבער 1943 היינט אין אין פּאַפּירדרעסאָרט פארלאָפן פאָלגנדע גע- שעעניש: א קינד װאָס גייט אין דער שקולקע" האָט פאר- שפּעטיקט, אָנגעבנדיק אלס תירוץ;: איר מוטער אין קראַנק, און אָפּליפערנדיק דער מוטערס , כאַלופּניצטװאָ? האָט זי גע- מוזט װאַרטן, ביז זי װועט באַקומען די זופּ, און צוליב דעם פארשפּעטיקט,. אין קענגנפאַל, װאָלט זי געצװונגען געווען צו פארלירן די זופּ פון דער מוטער. אלס שטראָף האָט די , פּע- דאַנאָגין", די לערערין סמאָלענסקאַ באַשטראָפט דאָס מיידעלע מיט צונעמען איר דעם מיטאָג. די קינדער האָבן געפאָדערט מען זאָל איר צוריקנעבן דעם מיטאָג. די , פּעדאַגאָגין" האָט אָפּגעזאָגט. די קינדער האָבן באַשלאָסן צו פּראָטעסטירן קעגן דעם. זיי האָבן זיך אָפּגעזאָנט אָנצונעמען דעם מיטאָג, י. פּאָזנאנסקי יאַקוב פּאָזנאַנסקי, א מיטאַרבעטער פון פּאַפּיר-רעסאָרט, פארצייכנט ווענן זעלבן ענין; 9 נאָװועמבער 1943 פאַרנאַנגענע ואָך האָט פּאַסירט ביי אונדז אין רעסאָרט אן אינצידענט, וועלכן ס'איז װוערט צו פארצייכענען, וייל ער איז כאַראַקטעריסטיש פאר די פארהעלטענישן אין געטאָ.

passage_1ed49da1541b5d1d8b480420
Passage 2normalized OCR · source chars 1086-2154

ביי אונדזער אונטערנעמונג, װי ביי פי? אנדערע האָט מען די לעצטע מאָנאָטן אָרנאניזירט א שולע פאר קינדער. די קינדער לערנען -- צוזאמען מיט א פאַך, אויך עטלעכע אַלגעמיינע קעגנשטאַנדן אין דער יידישער שפּראַך. די פֿאַר- װאַלטערין פון אונדזער שולע אין א געוויסע פרוי סמאָלענ- סקא. כאָטש זי פאַרווענדט א סך ענערניע, פּאַסט זי זיך נישט --- לויט מיין מיינונג -- אויף דעם פּאָסטן. די קינדער האָבן נישט פאר איר קיין צופי? סימפּאַטיע. זי באַציט זיך צו זיי צו שטרענג, און אין א סך פאַלן -- אומנערעכט. זינט איר פאַרבינדט א , נענטערע פריינדשאפט" מיטן פאַרװואַלטער פון רעסאָרט ביינעלמאַן, אין איר פֿאַריסנקייט און וילן אומבאַנרענעצט. אֶנהוֹיב פון פאַרנאַנגענע ואָך האָט איינע פון די קינדער זיך פארשפּעטיקט אויף עטלעכע מינוט אין שול, די פאַרװאָל- טערין האָט איר נישט צונעלאָזן צו דער ארבעט, און אויך איר אָפּנעזאָנט די זוֹםּ. ווען מען האָט מיטאָג-צייט אריינגעטראָגן אויפן זאַל די װאַזע מיט דער הייסער קאַרטאָל-זופּ, האָבן די קינדער -- . אלס צייכן פון פּראָטעסט --- זיך אָפּנעזאָנט די זופּ צו נעמען. די פרוי סמאַלענסקא -- גערירט ביזן ביין -- איז געלאָפן באַקלאָנן זיך צו בייגעלמאַנען.

passage_685100a00126c147f5b82f9f
Passage 3normalized OCR · source chars 2156-3244

ביינעלמאַן -- באַקאַנט מיט זיין היציקייט -- האָט אָנשטאָט צו פארגלעטן דעם גאַנצן ענין אַנטקעגן דער פאר- עקשנטער פּאָזיציע פון די קינדער -- האָט ער פארהאָננען די טעטיקייט פון שול אויף דריי טענ. צומאָרגנס האָט מען פון די שילערינס פאַרלאַננט, זיי זאָלן איבערבעטן דער פאר- װאַלטערין. זיי האָבן זיך אָפּנעזאָגט עס צו טאָן. דעם זעלבן טאָג האָבן די אנדערע מינדעריאָריקע ארבעטער פון רעסאָרט, וועלכע באַזוכן נישט די שול, באַשלאָסן צוצושטיין צו דער הונגער-מאַניפעסטאַציע, און נישט אָנגענומען דעם מיטאָג, דער ענין האָט אָנגענומען א דראָענדיקן פאַרנעם. דערליידיקט האָט מען אים א דאנק דאָס אריינמישן זיך פון אַנדערן רע- סאַרט-פאַרװאַלטער אייבושיץ --- וועלכער האָט אין דעם פאַל ארויסגעוויזן גענוג באַרעכנטקייט און טאַקט. מען האָט אָבער אויך געדאַרפט געבן א סאַטיספאַקציע דער פאַרװאַלטערין סמאָלענסקאַ. צו דעם צוועק האָט מען אָרגאניזירט א ספּעציעלע פארזאמלונג פון אינסטרוקטאָרן, גרופּן-פירער און דעלעגאטן פון באַזונדערע אָפּטײלונגען. אויף דער פאַרזאַמלונג איז ביינעלמאַן ארױיסגעטראָטן מיט פּרע- טענזיעס אויפן אַדערס פון דער מאַנשאַפט: ,פאַרװאָס זיי האָבן נישט אויסגענוצט זייער איינפלוס אויף די קינדער".

passage_1a532f4e5627c16935ef01f7
Passage 4normalized OCR · source chars 3246-3729

געהערן אזוינע פראַנן צו דער קאָמפּעטענץ פון די ארבע- טער אין רעסאָרט? אָבער סמאָלענסקא האָט פאר יעדן פּרײז פאַרלאַנגט א סאַטיספאַקציע --- דעריבער האָט מען געדאַרפט אינסצעניזירן אָט די קאָמעדיע, ב. ווינער 8 מאי 1944 היינט -- עטלעכע ווערטער וועגן שטרייק פון די קינדער אין שניירער-רעסאָרט, וועלכער געפינט זיך אויף לאנעווניצקע נומער 30. די לייטערין פון דעם רעפאָרט איז העלענע רומפאָווסקי --- די שוועגערין פון פּרעזעס. דער פאכמאן-מייסטער איז א יונגער מענטש, וועלכער הייסט: ראָטענבערנ.

passage_b9319140eec4aa8a6b1f76e8