Original scan
Original memorial-book scan 180
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-870

16 יידיש לאָדוש דוד כאלאדענקא מיר ברענגען דאָ א ליד און אַ קורצע באַשרײבונג װעגן אַן אײגואַרטיקע פּערזעגלעכקײט גטע איסעראה (געבוירן 9 אין בערדיטשעה) װאָס איז אין זײן יוגנט געװען אַ רעװאָלוציאָנערער טוער. געזוכט פון דער באַרישער אָבראַנע אי בערדיטשעט, איז ער אַװעס קײן קיעה, אָנגענומען דעם נאָמען פט זיין קח דוד באָלאָדענקאָ, און אװטער דעם נאָמען אָנגעקומען קײן לֹאָדוש אין יאָר 1908. דוד כאַלאָדענקאָ איז פון דער נאַטור געווען באַשאָנקען מיט פי? מעלות. א נלענצנדער משורר ביים אָנגעזעענסטן חזן; געשמט פאַר אַ נוטן בעל-קורא; דערביי מיט זיין אויסערלעכן אויסזען, װאָס האָט שוין ביים ערשטן קוק אויף אים ארויסגע- רופן אויפמערקזאמקייט, מיטן גרויסן ל?מדנישן שטערן, קלאָרן קוק פון די ברייט צעעפנטע אוינן. נאָר יונג האָט ער שון ארויס- געוויזן אַ גרויסן באַגער צו וויסן און איז טאַקע אריינגעדרונגען אין די סודות פון יידישן און אַלגעמיינעם ויסן, מיט דער הילף פון פּריװאַטע לערער.

passage_983688aecd2191c8879e4629
Passage 2normalized OCR · source chars 872-1999

אָנגעקומען קיין לָאָדזש, איז ער געװאָרן בוכהאַלטער ביי דער, אין יענער צייט (1908) באַקאַנטער פירמע א. י. גראָס- לייט און אין א קורצער צייט האָט ער שוין פאנומען דעם אמט פון בוכהאַלטער - בילאַנסיסט. אַ גנוטער פאַרדינער -- שיקט ער זיינע עלטערן, וועלכע האָבן שוין זינט 1906 נגעוווינט אין ארץיישרא? --- אויף א בכבודיקן לעבן. אין יאֶר 1911 פאָרט ער זיך זען מיט די עלטערן און שוועסטער אין ארץ ישרא? (אנב איז מיט אים מיטגעפאָרן דער באַקאַנטער העברעיש-יידישער דיכטער און פּעדאַגאָג, דער קדוש יצחק קאַצענעלסאָן, מיט וועלכן ער איז געווען נאָנט באַפריינ- דעט). ער קויפט דאָרט פאר די עלטערן א דירה צום וווינען, און נאָך צוויי חדשים זיין אין לאַנד -- פאָרט ער צוריס, אָפּטרעטנדיק אין אַ נאַנצע ריי שטעט און לענדער און באַקענט זיך מיט די לעבנס-באַדינגונגען פון די מערב-אייראָפּעאישע לענדער, ער דערזעט וי גרויס ס'איז דער אונטערשיד צווישן מערב-איײיראָפּע און צאַרישן רוסלאַנד, צו וועלכער ס'האָט אויך נעהערט פּולן, זינט דאַן הויבט ער זיך אָן צו אינטערעסירן מיט געזעל- שאַפטלעכע פּראָבלעמען. אין די יאָרן ווען די שווארצע מאה צוזאַמען מיט דער צאַרישער אָכראַנע האָבן גענרייט דעם מענדל בייליס בלוט-בילבול פּראָצעס, נעמט כאַָלאָרענקאָ אַן אַקטיוון

passage_01651184ab48e8359cb73bcb
Passage 3normalized OCR · source chars 2001-3119

אָנטיי? אין קאַמף קענן דעם בילבול. ער אָרגאַניזירט פּראָטעסט" - מיטיננען, שרייבט אויפרופן, וועלכע ער ניט ארויס און טיילט פאַרנאַנדער, אין בתי:מדרשים און אנדערע אינסטיטוציעס, ענטע איסעראוו) ווען דער פאריין פון יידישע האַנדלס, פאַבריק און ביוראָ- אָנגעשטעלטע (קאָמי פאריין) איז אַנטשטאַנען איז כאַלאָדענקאָ געווען צווישן די אָרגאַניזאַטאָרן און פיל מאָל אין שטורמישע דעבאַטן, געפירט דעם פאָרזיץ. אין פאריין האָט ער אָנגעפירט דעם קאַמף קענן די אסימילאַטאָרן, פאר יידישע נאַציאָנאַלע פּאָסטולאַטן, אין 1914 ברעכט אויס די ערשטע וועלט-מלחמה. כאָלאָ- דענקאָ פארט צוריק קיין קיעוו, און קומט ערשט צוריק מיט זיין משפּחה אין יאָר 1919. ער טרעט דאָ אריין אין דער בונדישער אָרגאַניזאַציע. א גוטער רעדנער און אָרגאַניזאַטאָר, װאַרפט ער זיך אריין אין אַקטיוון געזעלשאַפטלעכן לעבן. אין 0 ווערט ער נעוויילט װי אַ דעלענאַט אויפן קראָקעווער צוזאַמענפאָר פון , בונד". עפּעס אַ שװאַרצע קאַץ איז דורכ- געלאָפן צווישן דעם לינקן כאָלאָדענקאָ און דעם גרויסן װלאַ- דימיר מעדעם --- זינט דאַן, האָט ער פאָרמעל נישט געהערט צום , בונד". ער האָט זיין טאַלאַנט אויסגענוצט אין מסחר און אינ- דוסטרי, און האָט אויסגעבויט פארשידענע אונטערנעמונגען.

passage_f60fcdecc76213e801f82a51
Passage 4normalized OCR · source chars 3121-4258

ווען ס'איז אַנטשטאַנען די געזעלשאַפט: , קולטור ליגנע" איז דוד כאַלאָדענקאָ געויילט נעװאָרן אַלס ויצע-פאָרזיצער, אָבער פאַקטיש איז ער געווען דער קאָפּ און דאָס געוויסן פון דער דאָזיקער ברייט-פאַרצוויינטער אינסטיטוציע, מיט אַלע אירע סעקציעס, װי: 1) דראמאַטישע סעקציע באַגינען"; 2) כאָר; 3) באַרימטע גראָסער ביבליאָטעק; 4) אָרקעסטער, דוד כאָלאָדענקאָ איזן אויך געווען אַ באַנאַבטער רעזשי- סער און אונטער א פּסעװדאָנים רעזשיסירט מיט דער , באַגינען" גרופּע. אֶנהוֹיב 1940 קומט כאָלאָדענקאָ מיט זיין פרוי קיין װאַרשע, דאָרט ווערט דער שוין נישט יוננער מענטש אריינ- געצויגן אין דער אונטערערדישער אַנטײנאַצי טעטיקייט. ער איז איינער פון די געציילטע סקאַסירער געלט-שאַפער פאר דער קאַמף-אָרגאַניזאַציע, און שאַפט פינאַנסן איינצוקויפן געווער. דעם 18טן יאַנואַר 1943, ווען נאָך אַן הפסקה זענען די היטלעריסטן צונעטראָטן אַרויסצופירן די פאַרבליבענע יידן, האָבן אָפּטײילוננען פון דער קאַמףאָרנאַניזאַציע געשטעלט אַ װידערשטאַנד. דעמאָלט איז אויפן הויף פון די בערשטער- װאַרשטאַטן געפאַלן פון א נאַצי-קוי? דער קדוש דוד כאָ- לאָדענקאָ. זיין פרוי יהודית (פון דער היים מאַרנאָלִיס) אין אין האַרבסט 1943 אומגעקומען אין פּאַניאַטאָווער לאַנער. ברוך ראכעלסאָן

passage_34edb32213c5082e51346dda