ײדיש לאָדזש 77ן מרדכי יאָליס נר'תמיד איך האָב פאר דיר און טויזנטער וי דו געפאלענע אין קאַמף צווישן שאָטנס פון רואינען, פּאַרקוילט און שװאַרץ -- אָנגעצונדן א נר-תמיד ביי מיר אין האַרץ. אים אויסלעשן וועט נאָר מיין לעצטער אָמעם. ס'ציטערט מיר די האַנט ווען כ'װואַרף די ווערטער אֵן. כ'זע דיין גוף דעם פאַרבלוטיקטן:. שטאַר געשטרעקט, דיין פּנים מיטן טרויעריקן שמייכל װאָס האָם דיך אומעטום באַנלייט. דעם אָנדענק פון מיין חבר נאָטע איסעראָט (דוד כאָלאָדענקאָ) געפּאַלן אין װאַרשעװער געטאָ אין יאַװאַר 1943. דיין לעץבנסוועג זאָגט אויס, דערציילט פון עקשנותדיקן ווילן נאָך נקמה און אויסרוף צו דער וועלט װאָס האָט זיך צוגעקוקט /צום בלוטיקן ספּעקטאַקל נלייכגילטיק און קאַלט., דו ביסט װוי שמשון --- שטאָלץ און מוטיק -- געפאלן טויט און מיט דיין פאַלן, צונויפגעמישט מיט בראַכשמיקער פון געטאָװאַנט -- האָסט זיך אַלין און אונדז אלע פון שפּאָט און שאַנד דערהויבן. כ'האָב פאַר דיר און טויזנמער וי דו, געפאלענע אין קאַמף אָנגעצונדן אַ נר-תמיד ביי מיר אין האַרץ, אים אויסלעשן וועט נאָר מיין לעצטער אָמעם.
Original scan
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1011
passage_be7e948a242577098ebfaa5d