188 ש. ראַנאָזשינסקי --- נאָכן קריג ... האָבן זיך באַהאַלטן אין קעלערן און אין אנדערע באַהעל- טענישן. אין אָקטאָבער 1944, האָט מען ליקווידירט דעם לאַגער אויף לאַנעווניצקע גאַס; מען האָט אויך אויפגעדעקט א ריי באַהעלטענישן. צוישן אנדערע: דאָס אָרט, װוּ ס'האָט זיך באַהאַלטן ד"ר װײיסקאָפּ, נישט געקוקט אויף זיין צעבראָכענעם פוס, האָט ער זיך סעננגעשטעלט דעם קאָמענדאַנט פון געטאָ האַנס ביבאָוו, און איז דערשאָסן געװאָרן אויפן אָרט. דעם 11טן יאנואַר 1949, האָבן די דייטשע מאַכט-אָרגאַנען באַפוילן די יידן אױיסצונראָבן אויפן יידישן בית-עולם 9 גרויסע קברים. עטלעכע טעג שפּעטער האָט מען פאַראָרדנט אַן אַלנע- מיינעם אַפּעל פון אלע פארבליבענע אין לאַגער אויף יאַקובאַ 16. דאָס צושטעלן זיך איז אָבלינאַטאָריש. צומאָרגנס זענען אין לאַגער אָנגעקומען לאַסט-אױטאָס, כדי רי רעשטלעך ידן ארויסצופירן אויפן בית-עולם. אָבער אין לאַנער איןז קיינער נישט געווען. די יידן האָבן שוין מער נישט געהאט קיין צוטרוי צו די דייטשן, די ניין קברים אויפן בית-עולם זענען געבליבן לייריק, 9 יאנואַר 1949 --- לאָדזש איז פריי. די איבערנעבליבענע געטאָדרעשטלעך קומען ארויס אויף דער אויבערפלאך. און --- װוי מיר --- די ניצול-געװאָרענע פון ווארשעווער געטאָ -- ווערן זיי פארבלענט פון טאָנ-ליכט. עס עלעקטריזירט זיי דער געדאַנק:
מיר לעבן --- און מיר זענען פריי ! צּ דעם 22טן יולי 1942, האָט זיך אויף די נאַסן פון וואר- שעווער נעטאָ באַװויזן א פאראַרדענונג ווענן , איבערזירלען" דער יידישער באפעלקערונג אויף ,אַנדערע געביטן". ארויס- געוויזן האָט זיך, אז די געביטן זענען די פאבריקן פון טויט; מאַידאַנעק; פּאָניאַטאָו; טרעבלינקע און אַנדערע אָרטשאַפטן, דאָס יידישע וואַרשע האָט געצאַנקט. אַ געוויסע צאָל מענטשן איז געלונגען אריבערצוקומען און זיך באהאלטן אויף דער אַרישער זייט; אַנדערע האָבן זיך דערקליבן צו די וועלדער. אין איינגעשרומפּענעם נעטאָ האָט די יידישע קאַמפסאָרגאני- זאַציע געגרייט זיך צום באװאָפנטן װידערשטאַנד, אין יאַנואַר 83 עענען געפאַלן די ערשטע דייטשע טויטע. אין אַפּריל האָט זיך אױיסגעשפּילט דער לעצטער אַקט פון דער טראַגעדיע: דער באַפעל פולשטענדיק צו ליקווידירן דאָס געטאָ, און די העלדישע פארטיידיקונג פון די יידישע אויפשטענדלער. צּ
צוויי יאָר שפּעטער, דעם 22טן יולי 1944, ווערט פאר- עפנטלעכט דער מאַניפעסט פון דעם פּוױלישן קאָמיטעט פון נאַציאָנאַלער באַפרייאוננ, װוּ עס ווערט צוגעזאָגט פרייהייט און גלייכהייט אלע בירגער פון דער פּוילישער פאָלקס-רעפּובליק, אָן אונטערשיד פון זייער אָפּשטאַמונג, רעליגיע און נאַציאָ- נאַליטעט. אין דער נייער רעגירונג איז צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פון פּױלן, געווען פאַרטראָטן א ייד -- א פאָר- שטייער פון דער יידישער באַפעלקערונג, געוו. דעפּוטאַט פון פּולישן סיים, דער ציוניסט ד"ר עמי? זאָמערשטײן.
דאָס לאנד אין געווען אָנגעשטעקט מיט אַנטיסעמיטישן סם, אָבער די נייע מאַכט האָט נעטאָן א פך, כדי די דאָזיקע פּעסט צו באַזייטיקן. אָפענע אַנטיסעמיטישע ארויסטרעטוננען זענען באַשטראָפט נגעװאָרן, זענען די אַנטיסעמיטן אראָפּ אין אונטערגרונט. דאָ און דאָרט זענען פאָרגעקומען באַהאַלטענע אָנפאַלן, איבערהויפּט אויף די וועגן. אפילו דער וועג פון לאָרזש קיין ווארשע איז נישט געווען זיכער. כאָטש די רעגירוננ אין געווען צוזאמעננעשטעלט פון פאָרשטייער פון פארשידענע פּאַ- ליטישע פּאַרטײען, װי: פּוילישע סאַציאליסטישע פּאַרטײ. פאַלקס-פּאַרטײ, דעמאָקראַטישע פּאַרטײ, און פאַרשטענדלעך פון דער פּוילישער ארבעטער-פּאַרטײ (קאָמוניסטן), האָבן נישט אַלע פּוילישע בירגער געשטיצט דער רענירונג. אויפן האָריזאָנט האָט זיך באַװיזן א נייער פּאָליטישער פענאָמען; די יירישע קאָמיטעטן. זיי זענען אנטשטאנען אין דעם פאַרנעם, װוי נאָר נייע געביטן זענען באַפרייט געװאָרן. יידן האָבן זיך געפרייט מיט דער צוריקבאַקומענער פרייהייט, = מיטן סוף פון היטלעריזם, האָט עס אויסגעזען ווערט געבוירן א נייע עפּאָכע, --- אַן עפּאָכע װאָס װועט פריי זיין פון ראַסישע פאַרפאָלנונגען, פון פּאָליטישן און עקאָנאָמישן דרוק,
אין עטלעכע יאָר ארום האָט זיך ארויסגעוויזן, אן די פאָרשטעלונג וועגן פרייהייט איז נישט מקויים געװאָרן, צּ ווען איך האָב זיך באַװויזן אין לאָדזש, אין מערץ 1945, איז דאָס לעבן שוין מערווייניקער געווען ארנאניזירט. די שטאָט איז אין גרונט גענומען געווען נישט באַשעדיקט. דער איינציקער קװאַרטאַל װאָס איז פארניכטעט געװאָרן, איז געווען באַלוט, דאָס איז געווען דער אויפטו פון די דייטשן. (דאָס זעלבע איז אויך געשען אין ווארשע. נאָכן ארויספירן דער יידי- שער באַפעלקערונג פון געטאָ, האָבן זיי ארויסנעפירט דאָס גאַנצע יידישע פאַרמענן סיין דייטשלאַנד און די פּוסטע וװווינונגען חרוב געמאַכט), די שטאָט-פאַרװאַלטונג און אירע אָפּטײלונגען האָבן פונק- ציאָנירט. די עלעקטראָווניע און נאַזאָווניע זענען געבליבן גאַנץ, די טראַמוייען האָבן געהאַט א געענדערטן קאָלִיר און מאַר- שרוט, אָבער האָבן קורסירט איבער דער גאַנצער שטאָט. די געשעפטן, כאָטש קנאַפּ פאַרזאָרנט --- זענען אין זייער מער- הייט געווען אָפן און צוטריטלעך פאר דער באַפעלקערונג. איין זאך האָט אָבער געפעלט באַלד פון אָנהויב: וווינונגען.
ווען דאָס דייטשע מיליטער האָט פארלאָזן לאָדזש, האָבן צענדליקער טויזנטער דייטשן, איינוווינער פון לאָדזש אויך פארלאָזן די שטאָט. אָבער זייערע וווינוננען (אַמאָליקע יירישע װוינונגען) זענען באַלד פארנומען געװאָרן פון דער פּוילישער באַפעלקערונג. יידן, וועלכע האָבן זיך צוריקגעקערט אין זייער געבוירן-שטאָט, האָבן געטראָפן אין זייערע אַמאָליקע וווינונגען פרעמדע מענטשן, וועלכע האָבן אויף זיי נעקוקט, וי אויף שונאים. דאָס, װאָס עס האָט נעצוינן מיין אויפמערקזאמקייט איז געווען דער פאַקט, װאָס דאָס יידישע געזעלשאַפטלעכע לעבן איז שוין געווען טיילווייז אָרגאַניזירט, אויף דער שרודמיעיסקע גאָס (שפּעטער געענדערט אויפן נאָמען פון װיענצקאָווסקי) האָט שוין פוקציאַנירט א יידישער