Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 194
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1057

190 ש. ראָגאָזשינסקי --- נאָכּן קריג ... קערונג פון פּולן) מיט זייערע אַמבלאַטאָריעס און באַראַי טונגס-שטעלן. צוריקבאַקומען די אלע אינסטיטוציעס פאר יידן, ועגן דעם האָט קיין רייר נישט געקאָנט זיין. פּאָזנאַנסקיס שפּיטאָל האָט איבערגענומען די שטאָט- פאַרװאַלטונג און האָט באַדינט די באַפעלקערונג פון לאָדזש. די איינציקע סאַטיספאַקציע פאר יידן איז געווען, װאָס דעם דאָזיקן שפּיטאָל האָט מען אָנגערופן אויפן נאָמען פון א פארמלחמהדיקן לאָדזשער יידישן דאָקטער; שפּיטאָל אויפן נאָמען ד"ר שטערלינג. די װוילטעטיקע אינסטיטוציעס וי ביקור-חולים און לינת הצדק האָבן נישט געהאַט קיין אָרט אין דער נייער פּאָליטיש געזעלשאַפטלעכער ווירקלעכקייט. דאַקעגן דער ,טאָז", האָט באַלד באַנייט זיין טעטיקייט, אַלע באַקאַנטע לאָדזשער דאָקטוירים האָבן זיך געשטעלט צו הילף דער אינסטיטוציע. ד"ר קרינסקי, אַ װעלט-באַרימטער נאָמען אין פעלד פון הויט-קראַנקהייטן (שפּעטער אױיסגעװאַנ- דערט קיין אַמעריקע), ד"ר אייזנער און ד"ר עליאַסבערג, ביידע אָנערקענטע כירורנן, ד"ר שיקער, ד"ר ליבאָ און ד"ר דינענ- סאָן, דאָס זענען עטלעכע נעמען פון די, וועלכע האָבן זיך געווידמעט די אַרבעט פון , טאָן".

passage_85e509955a2da55d3a9e16a4
Passage 2normalized OCR · source chars 1059-1470

דער נוצן פון דער אינסטיטוציע פאַר צוריקנעקומענע פון לאַנערן און וועלדער, איז געווען פון וויכטיקער באַדייטונג. אַלטע לייט און אַרבעטס-אומפעאיקע האָבן געפונען אַ היים אין הויז אויף יאַקובאַ 16. אין דעם דאָזיקן הויז האָבן זיך געפונען די לעצטע איבערגעבליבענע יידן פון לאָדזשער געטאָ. מיטן כוח פון אינערציע איז געלונגען דאָס הויז איינ- האַלטן אין יידישע הענט, און אייליק האָט מען עס פאַר- װאַנדלט אין אַ מושב-זקנים.

passage_c0821280ffd0a645a2fd0f88
Passage 3normalized OCR · source chars 1472-2488

די צאָל יידישע איינװווינער פון נאָך מלחמהדיקן לאָדזש האָט מען קיינמאָל נישט פעסטגעשטעלט נענוי. די דאָזיקע צאָל האָט זיך תמיר געענדערט. אַ סך האָבן אויסגעמיטן זיך צו רעגיסטרירן אין יידישן קאָמיטעט, אַפילן פאַרן פּריז פון נישט באַקומען די הילף, צו וועלכער יעדער רעניסטרירטער איז געווען באַרעכטיקט. א סך האָבן זיך נאָך נישט באַפרייט פון דעם אֶקופּאַציע-פּסיכאָז, און האָבן אױיסבאַהאַלטן זייער יירישקייט, באַמיענדיק זיך צו פאַרשווינדן אין דער פּוילישער געזעלשאַפט, הינטער זייערע ,אַרישע" נעמען. אַ טייל זענען געקומען קיין לאָדזש אויף א קורצער צייט, כדי צו זוכן זייערע משפּחה אָדער אָפּנעמען פאַרמענן. די לעצטע האָבן, װי אַ כלל, זיך רעניסטרירט אין קאָמיטעט, אָבער זענען שנעל פאַר- שוווּנדן. טיי? מאָל האָבן געבוירענע לאָדזשער, נישט קאָנענ- דיק צוריקקריגן זייערע פריערדיקע וווינונגען, זיך באַזעצט אין אַנדערע טיילן פון לאַנד, אַפילו די, וועלכע האָבן זיך צוריק- געקערט מיטן געדאַנק צו בלייבן אין לאָדזש, האָבן נאָך אַ געוויסער צייט, אונטערן איינפלוס פון די געשעענישן אין לאַנד, געענדערט זייערע פּלענער און פאַרלאָזן פּוילן.

passage_c90cd547dce5cbc3d3401292
Passage 4normalized OCR · source chars 2490-3340

דעמאָנגראַפיש האָט די לאָדזשער יידישע באַפעלקערונג פאָרגעשטעלט מיט זיך אַ טרויעריק בילד. עס האָט זיך שטאַרק נעמערקט דאָס פעלן פון קינדער און יוננטלעכע. פון ערשטן מאָמענט אָן איז אַלץ נעטאָן געװאָרן, כדי אָפּצונעפינען יידישע קינדער, וועלכע מען האָט אַריינגעגעבן אין פּוילישע פאַמיליעס אין צייט פון דער אֶקופּאַציע. אַ סך פון די קינדער האָבן פאַרבלאָנדזשעט אין מאָנאַסטירן און קריסטלעכע יתומים-הייזער. קיינער פון די קינדער האָט נישט נעװונסט פון זייער אָפּשטאַמונג, און נישט גערענקט זייערע עלטערן. אַ סך פון די לאַיאַלע , צייטווייליקע" עלטערן האָבן די קינדער צוריקגעקערט אונטערן אויפזיכט פון די יירישע קאָמיטעטן. אַנדערע האָט מען אָפּנעפונען נאָך אָנגעשטרענגטן זוכן. דער יידישער קאָמיטעט האָט דיספּאָנירט מיט א ספּעציעלן פאָנד צו באַלױינען די , צייטוייליקע" עלטערן. געווען אויך פאַלן, ווען מען האָט פאַרלאַנגט אויסקויף-געלט פאר אָפּנעבן אַ יידיש קינד.

passage_5b02e8d16bf30ab656d36244
Passage 5normalized OCR · source chars 3342-4150

די היים פון יידישן קינד אין העלענטועק אין געווען באַקאַנט פאַרן קרינ. דאָס איז געווען די רעזידענץ פון טרויע- ריק באַקאַנטן חיים רומקאָווסקי, דעם הערשער פון לאָדזשער נעטאָ. דאָס קינדער-היים אין העלענווועק האָט אויפגעמאַכט אירע טירן פאַר די פון מלחמה-פייער געראַטעװװועטע יירישע יתומים. די קינדער האָבן דאָרטן געפונען אַ װאַרעמע אַט- מאָספער און אויפזיכט. אַ סך פון די קינדער זענען אַדאָפּי טירט געװאָרן פון קינדערלאָזע יידישע פּאָרפעלקער. אַנדערע האָבן אין קינדער-היים באַקומען פולע בילדונג אין רעזולטאַט פון וועלכער זיי האָבן זיך נעקאָנט שטעלן אויף די אייגענע פיס. אַ סך פון די קינדער האָבן פאַרלאָזן פּױלן מיט דער יוגנט-עליה, איינגעאָרדנט דורך ציוניסטישע גרופּן. אַ וויכטיקע ראָל ביים צוריקקערן די געפונענע קינדער צום יירישן פאָלק, האָט געשפּילט די יידישע שול, וועלכע דער יידישער קאָמיטעט האָט אויסגעהאַלטן.

passage_484f35157437125ce8352093
Passage 6normalized OCR · source chars 4152-5135

אין די באַדינגונגען פון נאָך-מלחמהדיקן פּױלן האָט דאָס שיקן יידישע קינדער אין דער מלוכה-שול נישט פאָרגעשטעלט מיט זיך קיין באַזונדער פּראָבלעם. ס'איז אָבער פאַרשטענד- לעך, אַז די מלוכה-שו? האָט דעם יידישן קינד נישט געקאָנט נעבן קיין יידישע דערציאונג. וביים יידישן קאָמיטעט איז נע- ווען אַ בילדונגס-אָפּטײלונג, אָנגעפירט דורכן לינקן פּועלי- ציוניסטישן טוער אברהם קאַגאַן (היינט אין ישרא?). די אוים- נאַבע פון דער אָפּטײלונג איז געװען צו פלעגן די יידישע שפּראַך און יידישע קולטור. צו דער קולטור-אָפּטײלונג האָט אויך געהערט די יידישע שול און קינדערגאָרטן, װוּ די אונ- טעריכטס-שפּראַך איז געווען ייריש. די שו? האָס נעהאַָט שועריקייטן צו געפינען פּעדאַנאַ- גישע כוחות, אַנטשפּרעכנדיקע לערןך-ביכער און אַנדערע נוי- טיקע שול-מאטעריאַלן. יעדעסמאָליקע כװאַליע פון מאַס- אויסװאַנדערונג האָט, פאַרשטענדלעך, פֿאַרקלענערט די צאָל שילער, דאָך האָט די שול עקזיסטירט -- טראָץ דעם װאָס אייניקע אָפּטײלונגען האָבן נישט פאַרמאַנט גענוג שילער, וועדליג דער פעסטנעשטעלטער נאָרמע פון בילדונגס- מיניסטעריום.

passage_f8e3de9569552f5a4c56553c
Passage 7normalized OCR · source chars 5137-5556

אין די ראַמען פון בילדונג- און קולטור-טעטיקייט פון יירישן קאָמיטעט, האָט מען אָרנאַניזירט אַ כאָר און דראַמאַ- טישן קרייז. דער כאָר האָט נעהאַט א זייער גוטן דירינענט, דעם באַקאַנטן קאָמפּאָזיטאָר שאו? בערעזאָווסקי. דער דראַמאַ- טישער קרייז האָט גענעבן פון צייט צו צייט פאָרשטעלונגען. צוליב דער עקזיסטענץ פון אַ פּערמאַנענטן, פּראָפּעסיאָנעלן יידישן טעאַטער, האָט דער דראַמאטישער קרייז נישט נעהאט קיין נרויסע באַדייטונג,

passage_e86e9e8da2f367a8e2f448bf