Original scan
Original memorial-book scan 195
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-953

יידיש לאָדזש 11 דער נאָך מלחמהדיקער יידישער טעאַטער האָט געשפּילט אַ באַדייטנדיקע ראָ?ל אין לעבן פון יידישן ישוב אין פּױלן בכלל, און אין לאָדזש בפרט. קורץ נאָכן פארענדיקן די מלחמה האָט דער יידישער טעאַטער, אונטער דער אנפירונג פון ליםּ- מאַנען, גענומען אויפפירן פאָרשטעלוננען אין אמאָליקן קינאָ , טשאַרי", אויף צעגעלניאַנע נאָס (שפּעטער האָט מען דעם טייל פון צעגעלניאַנע נאס אָננערופן; ,יאַראטשאַ?). אין דעצעמבער 1940, וען אידאַ. קאַמינסקאַ און איר מאַן מעלמאַן זענען צוריקגעקומען פון רוסלאַנד, האָט זיך אָנגעהויבן דער אויפבלי פון יידישן טעאַטער. זיין הױפּט-קװאַרטיר איז געווען לאָדזש. די פיליאַָרן זענען גע- ווען: אידאַ קאמינסקא -- רעזשיסאָר און אַרטיסטין; מאיר מעלמאַן -- דירעקטאָר און אַרטיסט; חבל בוזגאן --- רעזשי- סאָר און אַקטיאָר. דער טעאַטער האָט אויך גענאָסן פון דער הילף פון רעזשיפאָר און סצענאָגראַף יעקב ראָטבױים. דער טעאַטער האָט אויפגעפירט ערשטקלאַסיקע פאָרשטעלונגען, און מען האָט אים באַטראַכט וי איינעם פון די פירנדע טעאַטערס אין פּולן.

passage_c315099831f6776d888edb2a
Passage 2normalized OCR · source chars 955-2080

די קינאַ-נעביירע האָט נישט אַנטשפּראָכן די באַרערפע- נישן פון אַ טעאַטער. זענען אייניקע געזעלשאַפטלעכע טוער אַרױסגעקומען מיטן געדאַנק, אַן מיט דער הילף פון דער יירישער באַפעלקערונג צוזאמען מיט דער רעגירונג --- זאָל מען פינאַנסירן דאָס אויפבויען פון אַ נייער געביידע, אין וועלכער -- צווישן אַנדערע --- װעט האָבן אַן אָרט דאָס יירישע טעאַ- טער. עס האָט זיך אָרגאַניזירט אַ ספּעציעלער קאָמיטעט פאַר בויען אַ יידישן טעאַטער אין לאָדזש, וועלכער האָט זיך גע" שטעלט פאַר אַן אויפנאבע צו זאַמלען אַ באַדייטנדיקע סומע געלט, וי אַ טיי? פון די אױיסנאַבן פאַרן טעאַטעריבנין. עס זענען אויך געווען אַ סך קעגנער פון אָט דעם פּראָיעקט. עס זענען געווען אַזעלכע, וועלכע באַשטײערן זיך נישט גערן פאַר געזעלשאַפטלעכע צוועקן בכלל. עס זענען אָבער אויך געוען אַזעלכע, וועלכע האָבן זיך קעגנגעשטעלט דעם פּראָיעקט צוליב דעם, ווייל זיי האָבן נישט נעגלויבט אין דער צוקונפם פון יידישן נאַציאָנאַלן לעבן אין פּױלן, און יערער גראָשן, װאָס מען יט אויס אויף בויען א בנין פאָרן יידישן טעאַטער, איז לוט זיי, געווען אַרױסגעװאָרפן געלט. די טעאַטער-נעביידע האָט מען אויסגעבויט, און דער יידישער טעאַטער האָט דערגרייכט דאָרט דעם הויך-פּונקט פון זיין פאַרנאַנדערבלי.

passage_d85ebe2de415ab7200f81a4a
Passage 3normalized OCR · source chars 2082-3042

די יידישע בינע האָט זיך באַרייכערט ווען דזשינאַן און שומאַכער האָבן זיך צוריקגעקערט קיין פּױלן. זיי האָבן באַלד אָרגאַניזירט א סאַטירישן רעװייטעאַטער, וועלכער האָט געהאַט זיין זיץאָרט אין לאָרזש, און האָט געהאַט גרויס דערפאָלג. אָבער די מורא פון די, וועלכע האָבן זיך אַרױסגעזאָגט קעגן די געלט-זאַמלונגען, האָט זיך אַרױסגעװיזן טיילווייז פאַר באַרעכטיקט. די פּרעכטיקע, נייע געביידע אויף צענעלניאַנע (װיענצקאָווסקיעגאָ) איז פון אֶנהויב געווען דאָס געמיינזאַמע זיץדאָרט פון יידישן טעאַטער און דער יונגער פּוילישער טעאַ- טער-טרופּע ;נייער טעאַטער". אין אַ צייט אַרום האָט מען דעם יידישן טעאַטער אַריבערגעפירט קיין װאַרשע, און קיין לאָרזש פלעגט ער קומען בלויז אויף נאַסטראָלן. באַלעבאָס איבער דער נעביידע אויף צעגעלניאַנע איז נעװאָרן דאָס פּו לישע טעאַטער. דאָך סאָן מען נישט נענירן די באַדייטונג פון יירישן טעאַ- טער אין פּולן. ער האָט נישט נאָר בייגעטראָנגן צו פארטיפן דעם אַלגעמיינעם און יידישן קולטור-לעבן, נאָר אויך צו פאַר- שטאַרקן דעם יידישן באַװוּסטזײן. צ

passage_55dec79bb1592ccff6f99498
Passage 4normalized OCR · source chars 3044-4046

עס איז כאַראַקטעריסטיש, אַז אין לאָרזש -- נאָך דער מלחמה --- האָט מען נישט אָפּגעצײיכנט דעם יאָרצייט פון דער ליקװוידאַציע פון געטאָ. אין עס געװען דערפאַר, וייל קיין גענויע דאַטע פון דער ליקװידאַציע אין נישט געװען, און אפשר דערפאַר, ווייל מען האָט אָנגענומען, אַז דאָס יידישע לאָרדזש האָט נישט אויפגעהערט צו עקזיסטירן און וועם וי טער אָנהאַלטן אירע טראַדיציעס --- אַפילו מיט אַ קליינער גרופּע אָפּגעראַטעװעטע. איינצלנע משפּחות האָבן אָפּנעהיט זייערע אינדיווידועלע יאָרצייטן; נעצונדן יאָרצייט-ליכט; גע- שטעלט מצבות אויפן בית-עולם; אָדער אויף וועלכן ס'איז אַנדערן אופן מאַניפעסטירט זייער טרויער. דער יידישער בית- עולם װאָס איז, װי באַקאַנט, געווען א טייל פון נעטאָ, אין געבליבן גאַנץ. אַ טייל מצבות האָבן װאַנדאַלן פאַרניכטעט; פּרעכטיקע מצבות זענען פאַרװאָקסן געװאָרן מיט װילדיגראָז -- אָבער דער בית-עולם וי אַזעלכער --- איז נעבליבן אומ- באַרירט די יידישע באפעלקערונג האָט מאַסנװײיז באַזוכט דעם איינציקן אָנדענק פון דער יידישער פאַרגאַנגענהיים. יערן זונטיק איז דער יידישער בית-עולם געווען , פול מיט לעבן".

passage_7b46740b0612c5c58d277f1f
Passage 5normalized OCR · source chars 4048-4855

דער בית-עולם איז געבליבן אונטער דער אויפזיכט פון דער יידישער רעליגיעזער געמיינדע, אָבער דער יידישער קאָ- מיטעט האָט געהאַט אַ ספּעציעלן פאָנד, באַשטימט צו אוים- האַלטן דעם בית-עולם אין אָרדענונג. די יידישע רעליניעזע געמיינדע אין געװוען אַן אינסטי- טוציע, וועלכע האָט אין באַגריף פון אַ סך מענטשן, פאַר- טראָטן די יידישע גמינע. אָבער דער פאַרגלייך איז געוען לחלוטין נישט באַרעכטיקט. די פאַרמלחמהדיקע גמינע פון לאָרזש, וועלכע ס'זאָלן נישט האָבן געווען אירע מעלות און חסרונות --- איז אין אַ געוויסער פאָרם געווען אַ רעליגיע פאָלקישע זעלבסט-פאַרװאַלטונג. די יידישע רעליגיעזע געמיינרע האָט זיך פאַרנומען אויסשליסלעך מיט רעליגיעזע פראַגן, דער" ביי בלויז אין די ראַמען פון עקזיסטירנדיקן געזעץ. דאָס זיץ" אָרט פון דער געמיינדע האָט זיך נעפונען אויף זאַכאָרניע 06, און דאָרט איז אויך :געווען די שול צום דאַוװענען.

passage_29f2feacaf0da25da571ad95
Passage 6normalized OCR · source chars 4857-5592

די פּרעכטיקע סינאַגאָגעס אויף די נאָסן קאַשטשושקאָ און װאָלבאָרסקע, וי אויך די שולן אויף ווילקער און װאָלינער זענען פאַרברענט געװואָרן דורך די דייטשן אין די ערשטע טעג נאָך זייער אַריײינמאַרש קיין לאָדזש, האָבן זיך נישט דערװאַרט אַפילן צו אַן אָנדענק-טאָול. די באַמיאונגען פון לאָרזשער יירישן קאָמיטעט, צו אויפשטעלן אַזא טאָװול אויפן איבערגע- בליבענעם פּלאַץ נאָך דער סינאַנאָגע אוה דער קאָשטשושקאָ גאַָס --- האָט נישט געבראַכט קיין פּאָזיטיוון רעזולטאַט. אין 686 איז אויפנעקומען אַ פּראָיעסט װעגן אויםי שטעלן אַ דענקמאָל, געווירמעט דעם אָנדענק פון די לאָדזשער יירן, אומגעבראכטע אין צייט פון קרינ. נישט לאַנג האָט גע- רויערט און ס'איז פאָרגעקומען די אַנטהילונג פון פונדאַמענט פאַרן דאָזיקן דענקמאָל. צוליב דער אָפּאָזיציע פון דער רעלי-

passage_5379c0197ab763ce80c78566