Original scan
Original memorial-book scan 203
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1153

ידיש לאָדזש 199 פאַקטיש האָבן די לאָדשזער יידן אין יענע טעג רעאַלי- זירט צוויי הייליקע זאַכן : א. דאָס אויפשטעלן דעם באַשײידענעם מאָנומענט; ב. דאָס ברענגען צו קבורה, דריי קאַסטנס מיט ביינער פון פיר און אַכציק יידישע פרויען פון לאָדזש, וועלכע זענען דערמאַרדעם געװאָרן אין מערעשין, נישט וייט פון דעם טרויעריק באַרימטן היטלעריסטישן לאַנער אין שטוטהאָף. למען האמת דאַרף מען זאָגן, אַז דאָס ברענגען צו קבורה די ביינער פון די אומגעבראכטע יידישע פרויען, האָט צוישן אַנדערע א סך מיטנעהאָלפן צו רעאַליזירן דעם הויפּט-געדאַנק פון אויפשטעלן דעם מאָנומענט לזכר אונדזערע לאָדזשער קדושים, װעלן מיר דערציילן כראָנאָלאָניש וי אזוי דאָס אַלץ איז פאָרגעקומען: געוווינט האָט אין לאָדזש א ייד, פון פאַך א היטלמאַכער (ליידער האָבן מיר פארגעסן זיין נאָמען), -- צו וועלכן פּױע- רים פון לאַנד, פלענן קומען קויפן זיין סחורה. טאַקע פון די פּויערים האָט דער היטלמאַכער זיך דערוווסט, אז אויף די פעל- דער פון מערעשין--װייהעראַװאַ, זענען צעזייט און צעשפּרײיט ביינער פון דערמאָרדעטע יידישע פרויען, װאָס זענען אין די מלחמהד-יאָרן געווען אין דעם לאַנער. דורך פארשידענע וועגן איז דעם ייד אויך געלונגען זיך צו דערוויסן, אז אויך זיין פרוי איז אומגעבראַכט געװאָרן אין דעם זעלבן לאַנער.

passage_63fd9f2de387e377644e5798
Passage 2normalized OCR · source chars 1155-2281

פון דעמאָלט אָן האָט דער היטלמאַכער נישט געקענט מער געפונען קיין רו. עס האָט אים אָן אויפהער געפּײניקט דער נגעדאַנק;: וי אזוי קען מען ברענגען צו קבורה די ביינער פון זיין פרוי צוזאמען מיט די אַנדערע קרבנות, וועלכע וװאַל- גערן זיך אַרום. קבורת חמור?! -- דאָס נישט! דער ייד האָט בפּועל ממש נישט גערוט. ער האָט אָנגע- הויבן אַלאַרמירן, װועקן און מאָנען ביי די אלע, װאָס אים האָט זיך אויסנעדוכטן, אז זיי קענען מיט עפּעס װאָס מיט- העלפן רעאַליזירן די הייליקע אויפנאבע. טאָג איין, טאָג אויס האָט מען דעם ייד באַגעגנט אין לָאֶקאַ? פון קולטור-געזע?- שאַפטלעכן פאַרבאַנד פון די יידן אין לאָרזש. ער פלענגט אויס- גיסן זיין צעווייטיקט האַרץ, מאָנען, בעטן און פאָדערן, אז מען זאָל טאָן די הייליקע זאַך. און אזוי וי די צייט איז דאַן געווען רייף און אַקטוע?, איז דער פּלאַן פון ברענגען צוֹ קבורה די ביינער פון די פרויען-קרבנות פון היטלעריזם רעאליזירט געװאָרן מיט כבוד, דעם 18טן אַפּרי? 1988 זענען געבראַכט נעװאָרן צו קבורה די ביינער פון די יידישע פרויען אויף דעם לאָדזשער בית-עולם. די מחבר פון די שורות, וועלכער האָט דעמאָלט אויף דעם בית-עולם גערעדט צו די פארזאמלטע לאָדזשער יידן, האָט צווישן אַנדערן דערמאָנט די ווערטער פון אונדזער נביא

passage_c2eca6c87f0f1d1b0cef5df0
Passage 3normalized OCR · source chars 2283-3123

יחזקא? , התחיינה העצמאות האלה"? (יחזקאל ל"ו, נ.). יאָ, איז געווען די תשובה. ווייל וי אַ דערמאָנונג און וויזיע וועלן פאר אונדז שטענדיק אויפלעבן די אויסגעטרוקנטע ביינער, וועלכע מיר האָבן נאָר-װאָס געבראַכט צו קבורה. פון יענעם מאָמענט אָן איז שוין נעווען לייכטער פאר אונדז צוטרעטן צו רעאַליזירן דאָס אויפשטעלן פון אַ דענק- מאָל, בכדי װוי געהעריק צו פאראייביקן אונדזער קהילה-לאָדזש און אָפּצאָלן דעם חוב, װאָס מיר זענען שולדיק געווען לנבי די אומנעקומענע נאָענטע און איינענע. צו דעם האָט זיך געפאָדערט אומגעהויערע מי, ענערניע און אויך, פארשטייט זיך, א סך פינאנסיעלע מיטלען כדי דעם פּראָיעקט צו רעאַליזירן. ווילן מיר טאַקע אונטערשטרייכן, אזן מען דאַרף נישט פאַרנלייכן אונדזער אַקציע, מיטן אויפשטעלן דעם רענקמאָל אין װאַרשע אינעם חודש אַפּריל 1048, צו דער פינפטער יאָרצייט פון העלדישן אויפשטאַנד אין װאַרשעװער געטאָ. די אַנטהילונג פון דענקמאָל

passage_a94fcada809c7339db2a3d49