Original scan
Original memorial-book scan 204
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-769

200 די געשיכטע פון דענקמאָל אין לאָרזש אין ווארשע איז די אַקציע פאָרנעקומען גלייך נאָכן סוף פון דער צווייטער וועלט-מלחמה. דער חורבן און דער בראָך איז נאָך געווען פריש אין אלעמענס זכרון. קיין פינאַנסיעלע שווע- ריקייטן זענען בכלל נישט געווען. װעגן דעקן די אויסגאַבן האָבן געזאָרגט די יידן פון אױסלאַנד, אויך די פּאליטישע לאַנע איז אין פּוילן דאַן נאָך געווען אן אנדערע. די סאָוויעטן- מאַכט האָט נאָך נישט נגעהאט ארויפנעליינט די לאַפּע אויף אַלץ און אלעמען. מען האָט זיך נאָך געמוזט אביס? רעכענען מיט דער דרויסנדיקער וועלט, וועלכע איז געווען פול מיטן רוש פון דעם חורבן, װאָס איז פאָרנעקומען אין די יאָרן פון דער היטלער-אָקופּאַציע. גאַנץ אַנדערש און ביי גאר אַנדערע באַדינגונגען איז אונדז אויסגעקומען זיך צו באשעפטיקן מיט דעם ענין פון אויפשטעלן דעם דענקמאָל אין לאֲדזש.

passage_a37828e3500d71ba895fe133
Passage 2normalized OCR · source chars 771-1900

דער עצם געדאַנק איז אויך ביי אונדז צייטיק געװאָרן שפּעט, ערשט אין די יאָרן 1996--1987, כאָטש אין 1947 איז געליינט נגעװאָרן דער גרונטשטיין פאר אַזאַ דענקמאָל. אָבער מיטן פאַנאַנדערלאָזן די יידישע פּאַרטײען, איז ארום דעם ענין שטי? נעװאָרן. אין דער צייט איז די אינסטיטוציע , דזשאינט" שוין געווען כשר. האָט טאַקע דער , דזשאָינט" צוגעזאָגט זיך צו באַשטייערן מיט א נרויסער סומע נעלט כדי צו רעאַליזירן דעם פּלאַן,. עס זענען אָבער אויפנעקומען אַנדערע שוועריקייטן פון טעכנישען כאַראַקטער. עס האָט זיך געהאַנדלט ווענן באַ- שטימען דאָס געהעריקע אָרט, דעם פּראָיעקט פון דענקמאָל, די פאָרם, --- און אפילו די שפּראך פון אויפשריפט. (יידיש, פּויליש איז מען מסכים געווען, אָבער פאר העברעיש האָט מען געמוזט קעמפן...),. עס האָבן זיך אָנגעהויבן אוימאוים- הערלעכע זיצונגען, קאָנפּערענצן. מיר האָבן זיך אָנגעטראָפן אויף שטרויכלוננען פון אלע זייטן און דאָך זענען מיר זיי אַלע בייגעקומען. דאָס איינציקע װאָס איזן נעשטאַנען פאר אונדזערע אוינן איז געווען: רעאַליזירן די הייליקע זאַך בשלי- מות. דעם 27טן פעפּטעמבער 1989 איז דער מאָנומענט לזכר די קדושים פון לאָדזש אַנטהילט געװאָרן אויף דעם פאָדער- פּלאַץ האַרט ביים אַריננאַנג צום לאָדזשער יידישן בית-עולם,

passage_80f8aecca87bc3deb685dbd6
Passage 3normalized OCR · source chars 1902-2867

יירן פון נאַנץ פּוילן זענען נגעקומען אָפּנעבן כבוד אונ- דזערע נאָענטע און איינענע. צּ דער געדאַנק אָבער רוט נישט און עס מאַטערט די פראַנע: ווער וועט אָפּהיטן, ניין אַמאָל אויף קבר-אבות, קומען צום מצבה-שטיין, נאָך דעם וי סיר וייסן, אז פּױלן איז שוין כמעט יידן-ריין? דער קדוש פּראָפּעסאָר שמעון דובנאָוו, אויך א קרבן פון היטלערן, דעוציילט, אז ווען די יידן זענען 1402 ארויס- געטריבן געװאָרן פון שפּאַניע, האָבן זיי זייער לעצטן בליק געװאָרפן אויף דימצבות פון זייערע עלטערן. זיי האָבן בא- צאָלט און נעבעטן זייערע שכנים די שפּאַניער, אז זיי זאָלן וי ווייט מעגלעך אָפּהיטן די קברים, ווער װעט היינט אָפּהיטן די אַלע הייליקע ערטער? די פּאָר קראַנקע, זקנים און אינװאַלידן, וועלכע האָבן שוין ליידער נישט דעם פיזישן כוח צו פאַרלאָזן דאָס לאַנד ? די פּאָלאַקן וועלן שוין באשטימט אויף דעם קיין אַכט נישט לייגן. אוי וויי --- דער געדאַנק מאַטערט כסדר! ס'קלינגען נאָך אַלץ די װוערטער פון גאָט צו קינען: , דאָס קול פון דיין ברודערס בלוטם שרייט ארויס צו מיר פון דער ערד". 5 ס,;

passage_916c6c81ccbc121ef2fbac0f
Passage 4normalized OCR · source chars 2869-3346

אין די , פאָלקס-שטימע" נומ. 9 פון 26טן פעברואַר 9, איז פאַראַן אַ באַריכט פון אַ װאַל-פאַרזאַמלונג אין לאָדזשער , קולטור-געזעלשאַפטלעכן-פאַרבאַנד" און עס איז ארויסגעשוונמען די פראַנע ווענן אומדערלאָזבאַרן צושטאַנד פון לאָדזשער יידישן בית-עולם. די רעדנער האָבן אָננגעוויזן, אז די מצבות זענען פאַרװאָרלאָזט, באַ- װאָקסן מיט װילדגראָז. דער מאַסן-קבר פון אַכציק יידישע פרויען-קרבנות פון היטלעריזם, ווערט לחלוטין נישט אָפּנעהיט, דאָס זעלבע מיט די מצבות פון אונדזערע לאָרזשער תושבים.

passage_e84c1d8bbfef99c59db094f6