16 י. קערש - ײזדיש לאַדוש שינען און איינריכטוננען,. דאָס האָט געטאָן א ספּעציעלע פּראָדוקטיוויזאציע-אָפּטײילונג ביים יידישן קאַמיטעט. אָבער די וויכטיקסטע וירטשאַפטלעכע פּאַזיציע זענען געווען די קאָאָפּעראטיוון. זיי האָבן גענאָסן פון געזעלשאַפט- לעכער הילף סיי ביים באַקומען מאַשינען, סיי ביים באקומען רוײשטאָפן, ווענן אן אָפּזאַץדמאַרק האָט מען צו יענער צייט נישט געדאַרפט זאָרגן, צוגלייך מיט דער װירטשאַפּטלעכער טעטיקייט איז אויך געפירט געװאָרן א ברייטע קולטור-טעטיקייט. אין דער ארבעט האָבן אָנטיילגענומען אלע, אפילו די, וועלכע האָבן נישט געטראַכט צו בלייבן, נאָר האָבן געזען אין דער קולטור-ארבעט א מיט? צו הויבן דעם נאַציאָנאַלן באוונסטזיין און צו אקטי- וויזירן געזעלשאַפטלעך די יידן, וועלכע זענען דעם גאַנצן מלחמה-פּעריאָד געווען געצוונגען צו זיין געזעלשאַפטלעך אומטעטיק. מיט א באַהאַלטענער ענערניע פון יאָרן האָט מען אין לאָדזש פאַרנאַנדערגעבױיט אַ גרויסע קולטור-אַרבעט. די קולטור-אָפּטײלונג ביים יידישן קאָמיטעט האָט אָרגאַ- ניזירט כסדר אונטערנעמוננען, ארגאניזירט דראַמאַטישע קרייזן, א כאָר, געפירט א גרויסע, רייכע יידישע ביבליאָטעק און אונטערגעשטיצט, אָפט אינגאַנצן אױסגעהאַלטן די יידישע שרייבער און אַקטיאָרן.
לאָדזש איז פאר די יידישע שרייבער און אַקטיאָרן געווען אן עיר ואם בישראל. דאָ האָט מען נעקענט פאר זיי איינ- אָרדנען אן אֶָװונט, דאָ האָט זיך נגעפונען דער ליטעראטן-פא- ריין, דאָ איז ארויסגענאננען , דאָס נייע לעבן", דאָ זענען דערשינען די פארשיידענע פּארטייאישע אויסנאַבן, דאָ זענען געווען די קלובן פון אַלע אָרגאַניזאציעס, װווּ מען האָט געקענט אָנואַרעמען די נשמה. | לאָדזש האָט ארויסנענעבן די ערשטע ביכלעך נאָך דער מלחמה. דאָ איז דערשינען דער ערשטער אַלמאַ- נאך פון יידישן ליטעראטן-פאריין. דאָ איז געװען די איינ- ציקע יידישע דרוקעריי (שפּעטער האָט אין ווארשע דער ,בונד" געעפנט א דרוקעריי). דאָ האָט זיך געפונען די יירישע היסטאָרישע קאָמיסיע, װוּ מען האָט נעקענט זיך אראָפּרעדן פון האַרץ,
די יידישע היסטאָרישע קאָמיסיע, װאָס האָט זיך געפונען אויף דער נאַרוטאַָװיטשאַ נאָס 29, האָט אריינגעשריבן א פּרעכטיק קאַפּיטל?ל ביים זאַמלען די דאָקומענטן וועגן אונ- דזער חורבן. מיט אן אומדערמידלעכער ענערגיע האָבן די מיטאַרבעטער אונטער דער פירונג פון ד"ר פיליפּ פרירמאן, ד"ר קערמיש און מאַנ. בלומענטאַל, פארשריבן די נבית עדות פון די געליטענע. דער שפּעטערדיקער יידישער היסטאָרישער אינסטיטוט, װאָס האָט איבערגענומען די פונקציע פון דער קאָמיסיע, אונטער דער לייטונג פון בער מארק, האָט אויסגע- נוצט --- ווער ווייס פארװאָס -- נאָר א קליינעם טיי? פון די דערקלערונגען פון די געליטענע. אָבער די פארלאנ-טעטי- קייט פון דער קאָמיסיע, סיי פון אינסטיטוט האָבן פיל ביינע- טראָגן צו דער פאָרשונג פון חורבן. די אַרכיוון פון יידישן היסטאָרישן אינסטיטוט זענען היינט צו טאָג די רייכסטע, װאָס שייך דאָקומענטאציע פון חורבן, נבורה, קדושה און אומקום פון די יידן אין פּױלן. אין לאָדזש איז צוריק אויפגעלעבט געװאָרן דאָס יירישע טעאטער, אייניקע אַקטיאָרן האָבן נאָך אין 1949 געגעבן א ריי אויפטריטן, מיטן סומען פון משה ליפּמאַן און זיין משפּחה, און שפּעטער פון אידא קאַמינסקא, האָט דאָס טעאַטער אָנגע- הויבן רעגולער צו שפּילן.
די בונדישע אַרנאניזאציע האָט דיספּאָנירט מיטן געוועזענעם קינאַָדטעאַטער , טשאַרי" אויף יאראטשא 2, אין האַרץ פון יירישן צענטער, דער לאָקאַל איז נישט נגעווען צוגעפּאַסט פאר שפּילן טעאַטער, אָבער מען האָט עפּעס צוגעבויט און װוי נישט איז זיך איינגעאָרדנט. דער , בונד" האָט נעשטעלט דעם דאָזיקן זאל צו דער דיספּאָזיציע פון די יידישע ארטיסטן. אין , טשאַרי?" זענען געשטעלט געװאָרן א ריי פּיעסן פון יידישן טעאַטער-רעפּערטואַר מיט זייער א גרויסן דערפאָלג. הערן א יידיש װאָרט איז נעווען א נױטװענדיקייט פארן צוריקגעקומענעם. מען האָט געװאָלט גלייכצייטיק מיטן פיזישן הונגער אויך שטילן דעם גייסטיקן, אין לאָדזש האָט מען אויך נעדרייט די ערשטע יידישע פילמען נאָכן חורבן. איינער איזן געווען מיט דזשינאן און שומאַכער און די יידישע קינדער פון , העלענוועק". דער ,בונד" האָט פון פאָרדן באַקומען דעם פילם , מיר קומען אֶן" וועגן דער מעדעם-פאַנאַטאָריע און אים אייניקע מאָל געויזן עפנטלעך. דער יידישער קאָמיטעט האָט אויך ארויסנענעבן אן אלבום ווענן חורבן און צוריקאויפלעבן לאָדזש. דער אַלבום, פילמירט, איז געווען א פּראָפּאַגאַנדע-מאַטעריאל פאר די שלי- חים פון צענטראלן יידישן קאָמיטעט בעת זיער קאמפּײין אין אמעריקע.
עס איז אויך געלוננען דעם יידישן קאָמיטעט צענויפ- זאמלען אַלע צעװאָרפענע יידישע ביכער,. נישט איינמאָל פלענט מען אויף די טאַָוולען פון די ביכער געפינען משפּחה- קראָניקעס. אָט האָט דער שרייבער מענד? מאַן באַקומען פון פארוואלטער א בוך, אויף וועמענס טאָוולען עס זענען געווען פארשריבן די דאַטעס פון זיינע אומנעקומענע קרובים אין לאָרזש,. די דאָזיקע ריזיקע ביבליאָטעק, באַרייכערט מיט מתנות פון אמעריקע, עקזיסטירט ביזן היינטיקן טאָנ מיט קוים א מנין לייענער. אין לאָדזש איז אויך געװוען די ערשטע יידישע שול, אויסגעהאַלטן פון יידישן קאָמיטעט. אין לאָדזש איז אויך אַנטשטאַנען די ערשטע און איינציקע העברעישע שול אויף פּאַלודניאָווע נאָס. זי איז פון קאָמיטעט נישט געשטיצט געװאָרן. אין א קװאַדראט פון נעציילטע נאַָסן אין צענטער פון שטאָט האָט זיך קאָנצענטרירט דאָס יידישע לעבן אין זיין פיל- פאַרביקייט וי אמאָל,
וי אמאָל, זענען אויך געווען די קרינגערייען און רייסע- רייען צװוישן די פּאַרטײען און אָרגאניזאציעס, אָבעֶר שוין דעמאָלט האָט אַ טרויער און אַן אומעט אַרומגענומען די וויכ- טיקע און ערנסטע טוער. זיי האָבן נעזען דאָס אומנויטיקע ארומרייסן זיך אויף די קברים פון אונדזער נעכטן. דאָס האָט געבראכט אין געוויסע מאָמענטן צו א דערנענטערונג, װאָס האָט גענעבן פּאָזיטיווע רעזולטאַטן, אזוי איז געווען בעת עס איז געקומען די עננליש-אמעריקאנער קאָמיסיע אוױיסצופאָרשן די מיינונג פון די יירן בנונע ישרא?, עס איז געגאַננען א דע-