Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 27
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-15

יידיש לאַדזש 23

passage_57587c9775ee8f9e9747f02c
Passage 2normalized OCR · source chars 17-1203

גערופן אלטשטאָט, אַ פירקאַנטיקער מאַרק מיט קראָמען און די זייטן-גאַסן זיינע, האָבן פון איין זייט נעהייסן: סטאַראַ וויעש -- דאָס אַלטע דאָרף -- און פון דער צווייטער זייט: דרעװונאָווסקע (פּוילישע גאָס) און אַראָפּצו אַ ראָג די פּאָדזשעטשנע (די יידישע גאָס). באַזעצט צוישן יידן פון אַלטשטאָט, האָט ישראל קלמנס מיט ישוב הדעת, מיט באַ- דאַכטקײט זיך איינגעקוקט אינעם געטועכץ פון לאָדזש, װאָס האָט בשעתו געיוירן אויף דעם הייוון פון דער אינדוסטריאַ- ליזאַציע, אויף וועלכער עס האָט זיך פאַרמאָסטן דער צאַרי- שער קאַפּיטאַליזם, אין זיין פּוױלישן הינטערלאַנד. צוגעזען װי די דייטשן, װאָס די רוסישע מושלים האָבן אַראָפּגעבראַכט פון שלעזיע און פון פּריײיסן, פאַרנגרעסערן זייער אַרבעט אויף די וועבשטולן, זייערע פייוונטן און צייגן װערן צעפלאַמט פון פאָלק װאָס מערט זיך אין לאָדזש און סביבה, האָט ער זיך מתקנא געווען אין זיי. אָנגעזאַמלט אַ ביסל געלט, האָט ער געפּרנווט אַליין וועבן פאַרשײידענע סיצן, אַליין זיי געפאַרבט און ווידער זיי צעטראָגן אויפן אייגענעם רוקן צוישן פּױערנ- װאַרג. ווידער האָט ער מצליח געווען. דאָס מזל האָט ישראל קלמנס צונעשיינם אַזױ ווייט אַז מ'האָט זיך אין גיכן דער- װוסט אז ער האָט אויך א צונאָמען פּאַזנאַנסקין דער פּאָן- נאַנסקי האָט שוין געקויפט אַ דאמף-מאַשין, אַ צוייטע און

passage_71568f56b6ce05927b230e4c
Passage 3normalized OCR · source chars 1205-2356

צענטער פון ער איז באַקאַנט געװאָרן װי אַ פאַבריקאַנט פון ווייסצייג, פּונקט אַזױ װוי דער דייטש היינצל; דער דייטש גייער און שייבלער. אַוודאי, פּאַזנאַנסקיס דרך איז געווען אַן אַנדערער װי דער עג װאָס האָט די דייטשן נעפירט צו זייער גדולה. די קרוין פון נבירישקייט האָט ישרא? פּאָזנאַנסקי דערגרייכט מיט מער האָרעװאַניע. אָבער דאָך... די קרוין האָט גענומען שיינען אויף זיין קאָפּ, וועלכער איז עד היום באַלױױיכטן מיט דער זון פון לעגענדע. נישט נאָר אין ישרא? פּאָזנאַנסקי אויסגעװאקסן מיט א סך קעפּ העכער פון זיינע אייגענע פאַבריק-קוימענס אונטער די לאָדזשער הימלען. ער איז געװאָקסן וי אַן עושר מיט אַ בליק צו דער גרויסער וועלט, װאָס האָט נישט פאַרזעען אויך די אַנדערע, די נישטיידן. ער האָט פאַרנאַנדערגעבויט זיין פאַבריק אין אַ היינטצייטיקן קאַָלאָס פון װעבמאַשינען, צו באַווייזן וװוננדער אין דער אַרבעט פון ועבן לייונטן אין גרויסע סכומים, מחמת דאָס פאָלֹק פון לאָדזש אין אויך שטאַרק אויסגעוואקסן, עס האָט אַלֵיין אויך געברויכט העמ- דער, און די ווייטע וועלט איז געװאָרן זשעדנע אויפן ווייסצייג פון פּאַזנאַנסקיס פאַבריקן. פּאָזנאַנסקי דער פאַבריקאַנט פון לייוונט האָט אין זיין יוגנטצייט שוין געמוזט צובויען געביידעס פאַר זיינע פאַבריקן, טוך-האַנדל אין לאַדזש

passage_8591f25df94b7eb3a31db002