Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 29
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-228

יידיש לאַדוש 25 קליינעם, יוננן יידישן ישוֹב אין נענאַנגען פון אונטן ארויף פונעם פאָלְק, דער מאַסע, וועלכע האָט געגעבן פּנים און נעשטאַלט דער גרויסשטאָט, װאָס האָט געוונען אָנזען אין דער ווייטער וועלט פון מאַטעריע, וי פון גייסט,

passage_7ed67e11006a601705477bf2
Passage 2normalized OCR · source chars 230-1388

די אויפטוערישקייט פון די פּאָזנאַנסקיס איז אָבער נע- בליבן די באַזע פון דער דערשיינונג לאָדזש, וי א סאַציאַלער און װוי א נעשיכטעלער פאַקט, מהאי טעמא דארף מען פאר- בינדן די דאָזיקע אויפטוערישקייט אפילו מיט דער אורבאַ- ניזאַציע פון לאָדזש און מיטן װוּקס פון יידישן ציבור וי אזא. דארף מען בכן מיט אַקצענטירונג דערמאָנען, אז נאָך ישראל פּאָזנאַנסקין, דעם ייד מיט אויפטוערישער המצאה און אונ- טערנעמערישקייט, איז מיט א ק אַ פּ ה ע כ ער א וי ס- נ ע וו אַ ק ס ן דער פאַבריקאַנטישער פאַנטאַסטישער קאָהן, דער נעכטיקער ישיבה-בחור מיט עילוי'שן מוח. דער ריי- קער פאַרנעם פון אשר קאָהנס ,ווידזעוו", (װוי עס האָט גע- הייסן זיין אינדוסטריעלער קאַָמבינאָט אין סאמע האַרץ פון לאָרזש), איז מיט רעכט געװאָרן דער סימבאָל פון וירט- שאַפטלעכער פּאָטענץ, מיט וועלכער יידן -- נישט נאָר אשר קאָהן אליין -- האָבן געגרייסט דאָס , נייע פּױלן" פון יוזעף פּילסודסקי, דעם שטורעמער פון פּױלנס פאַריאָכערס, וועלכע זענען געקומען פון דער פרעמד. פונעם אֵשׁ ארויס האָט אשר קאָהן אויפגעהויבן אין די 20ער יאָרן די חרובע פאבריק פון דייטש היינצ? און זי פארװאַנדלט, אונטער זיין פירונג, אין דער קרוין פון דער לאָדזשער לענענדע, װאָס האָט זיך אויפגעהויבן אַנטקעגן דער וועלט מיט איר הויכן טעקסטיל- טורעם.

passage_0e5c45e2d41a4865927ed511
Passage 3normalized OCR · source chars 1390-2523

יאָ, פּאַזנאַנסקי אין נישט געבליבן קיין יחיד אין דער פאַבריק-שטאָט; ער איז נאָר געווען איינציק מיט זיין יידישער פּיאָנערישקייט, דערפאר איז זיין נאָמען נעבליבן א ביישפּיל פאר דורות. אָבער אשר קאָהן, האָט מיט זיין איינפאלערישקייט אין פאבריקאנטישע עסקים זיך ארויסנגערוקט אין אויבן אָן. זיין גרויסקייט האָט געשיינט. אים זענען נאָכגעגאַנגען אין פאב- ריקאַנטישער גדולה' באָריס און נאום עטיננאָן און אַנדערע קאַרפּנקעפּ אין דער טעקסטיל-בראנזשע: בירנבוים (דער לעצ- טער באלעבאָס פון דער נרויסער פירמע איז געווען שלמה בודזינער, סענאַטאָר און פּרעזעס פון לאָדזשער קהילה-ראַט, גע- וויילט מצד דער רעליגיעזער פּאַרטײ מזרחי), ווישליצקי, גליקס- מאן, בוקיעט, פּיאַסקאָווסקי, די װואָידיסלאווסקיס א"א. צווישן זיי אלע איז אָסקאַר קאָהן געגאַנגען אין סאמע פראָנט מיט זיין נבירישקייט אין דער טעקסטיל-אינדוסטריע. אשר קאָהן וי פּאָזנאַנסקי פאר אים איז ארומגעװאָקסן געװאָרן מיט לעבעדיקער לענענדע; באשר ער איז דער קיסר פון די יידן אין פּולן. ער האָט זיך באַזעצט אין א גרויסן פּאַלאַץ, אָבער ער האָט אויך געפּראַװעט חסידישן שטיינער. ס'האָט אפילו דערציילט ווענן אים מפּי איש, אז יעדן פארמיטיק גייט ער אין ביוראָ אריין אויף שרודמיעיסקע (נאָווע צעגעלניאנע), קומט

passage_273f1443ea3a21e7017c9d56
Passage 4normalized OCR · source chars 2525-2583

פּאַלאַץ פונם טעקסטיל-פאַבּריקאַנט פּאָזנאַנסקי אין לאָדזש

passage_13e61c819156b39fd3a15410