Original scan
Original memorial-book scan 33
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-9

יי ד י שׁ

passage_889984650fa99d0ab3344c60
Passage 2normalized OCR · source chars 11-1537

שאַפּונגסלוסט. דער מצב פון די יידן האָט צו ביסלעך זיך סטאַביליזירט, יידן האָבן געטאָן, געאַרבעט און זיך אויך אָפּנעגעבן --- װוי זייער שטייגער איז -- מיט דער טראדיציאָ- נעלער גייסטיקייט. מ'האָט געעפנט בתי תפילה, נגעשאַפן תלמוד תורהס, חדרים, וועלטלעכע יידישע שולן, יידישע ביבליאָטעקן און עס האָבן זיך גענומען אויסווירקן די באַזונדערע יידישע פּאָליטישע באַוענונגען. ס'האָט שטאַרק אויפנעלעבט די חלו- צישע באַועגונג, יידישע יוגנטלעכע פון וייטע שטעטלעך זענען געקומען קיין לאָדזש, אריינגעטרעטן אין הכשרה-גרופּעס מיטן צי? צו דערגרייכן להבא די ברענעס פון ארץ-ישראל. מ'האָט זיך נישט אָפּנעשטעלט פאר קיין שום ארבעט, מ'האָט געטאָן ביי וועמען עס איז אין דער הויזווירטשאפט, געלערנט זיך מלאכהס און מ'האָט זיך צוגעוווינט צו דיסציפּלין אין דער אַרבעט און צונעלייגט קאָפּ צו אידעאָלאָנישער אויפקלערונג. פון דער אנדערער זייט האָט גענאָסן פון גרויסער פּאָפּולערקייט דער , בונד" און זיין צד שכנגד --- די ציוניסטיש-סאַציאליס- טישע באַוועגונגען, די פּועלי ציון לינקע און רעכטע. אין די מאַסן אין קלאָר געקומען צום אויסדרוק דער אַנטאַגאַניזם צווישן אָט די פּארטייען. בפרט אין זייער קולטור-בוי אויפן אָרט, האָט דער , בונד" געשאַפן א מעדעם-שו?ל -- האָט די לינקע פּועלי ציון געעפנט א באָראָכאָוודשול. האָט דער , בונר" פאַרליינט א גרויסע ביבליאָטעק אויפן נאָמען פוֹן בראָניסלאַװ גראָסער, איז דער צד שכנגד נישט נעבליבן הינטערשטעליק אין דעם פּרט. אויך ער האָט געעפנט א גרויסע ביבליאָטעק, און ביידע ביבליאָטעקן האָבן אגב געהאָט א גרויסע לייענער- שאַפט. פּאַראַלעל? מיט די אויטענטיש פּראַלעטאַרישע פּאר- טייען האָבן מיט דער צייט אויך זיך אױיסנגעפּיקט ארבעטער-

passage_f71470f762355d5120a6952d
Passage 3normalized OCR · source chars 1538-2693

ריכטונגען ביי די אָרטאַָדאָקסישע באַװוענונגען, ביי די , מזרחי? און ביי דער , אגודת ישרא?". און די פּארטייען פון די חסידישע יידן האָבן געװוּנען אויך זייער השפּעה אין עפנט- לעבן לעבן. די אָרטאָדאָקסיע, װוי פּאָליטישע ריכטונגען האָבן רעפּרעזענטירט די גרעסטע רבישע הייף אין פּױלן, וי אלעק- סאנדער (מזרחי) און גער (אנודה). אין גיכן האָבן ביידע חסידישע פּארטייען אויך אָרנאַניזירט פּראָלעטאַרישע פלינלען. דאָס זענען געווען די ארבעטערס אין טלית קטנס װאָס זענען וי די אנדערע געווען נגעצװווננען צו פירן א געראַנגל פאר זייערע עקאָנאָמישע באַדינגונגען, קעמפן מיט די רעליניעזע אונטערנעמערס זיי זאָלן פארבעסערן זייערע ארבעט און לוין- באַדינגונגען. צונלייך מיט די וועלטלעכע יידישן שולן אויף די נעמען פון , מעדעם", , באָראָכאָוו" זענען אויך אויפגעקו- מען נעזעלשאפטלעכע שולן פון די רעליגיעזע יירן. אין דעם פּרט זענען אין לאָדזש געווען זייער אייפעריק די אנודהשע טוערס. טאַקע אין לאָדזש איז אַנטשטאַנען א גוטע אנודהשע שול צונלייך מיט א ישיבה קטנה און א קינדערגאָרטן. דאָס גלייכן א , בית יעקב שול" פאר מיידלעך. לאָדזש איז געוען דער צענטער פאַר די ערשטע אנודהשע ליטערארישע פּובלי- קאַציעס, ווייל אין לאָדזש זענען געווען די מענטשן פון אי- ניציאַטיוו און אָרנאַניזיר-פעאיקייטן,

passage_d712efa0a004d28a30931df0
Passage 4normalized OCR · source chars 2695-3626

א. 9, פרידנזאָן, בנימין מינץ, לייב שטשעקאַטש זענען געווען די, װאָס האָבן זשורנאַליסטיש און אויך פּעדאַגאָגיש געווירקט לטובת אָט דער באַװעגוננ. פון לֿאָדזש האָט געגרייכט די איניציאַטיוו קיין װאַרשע און אַפילן קיין קראָקע, װוּ עס אין געשאַפן געװאָרן אַן לאָדזש 29 אגורהשער סעמינאַר פאַר לע- רערינס אויפן נאָמען פון שרה שענירער |"5, האַנט ביי האַנט מיט דער אינדוסטריעלער עקספּאַנסיע איז צומאָרגנס נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה געקומען אַן אוים- שווונג אויך אין דער יידישער געזעלשאַפטלעכקייט אין פּױלן. לאָדזש האָט דאָ גענומען דעם אויבן-אָן, ויי? קיין לאָדזש האָבן, װוי אין די ווייטע צייטן, ווידער גענומען ציען אנשי מעשה און זיי האָבן געזוכט באָדן פאַר זייערע אינדיווידועלע ניינונגען, װוי פאַר די כללישע. נישט קיין חידוש װאָס זייערע אנשטרענגונגען האָבן געהאַט צו מאָל רעזאָנאַנס אין דער עפנטלעכקייט. ואָרן די גרויסע וועלט אין געשטאַנען אַן אויסנעהונגערטע נאָך פּראָדוקציע און אויפטו, און לאָדזש האָט זיך נעלאָזט הערן. מוליע עדעלמאַן

passage_f4e815941a83a785daa6de13
Passage 5normalized OCR · source chars 3628-5162

עס איז געווען די צייט פון איבערבראָך -- דער איבער- גאַנג פון דער תקופה פון אָפּנאַנג צו א פּעריאָר פון אוים- קום. דאָס שטאַרק פארװאָרלאָזטע פעלד -- ס'פעלד אין אלע טייטשן --- האָט נעמאַנט די מי פונעם פאַרשטאַנדיקן אַקע- רער און זייער. נורלדיק איז דער יידישער לאָדזש באַשערט געװאָרן צו געווינען אנשי נבון און נעניטע הענט און דער ציבור אין ארנאניזאציאַנעל, עקאָנאָמיש און אויך נייסטיק אויפגעשטינגן באַרג-ארויף. צו סאָל אין פּרט פון בויען סאָ- ציאַל פאַרנעמיקע אונטערנעמונגען, וי די יידישע יתומים- ' הייזער, האָט לאָדזש געװווּנען א סך אָנזען. אין באַלוט, װוּ עס איז געווען ממש ,א שפע" פון יתומים" און פארװאָרלאָזטע קינדער, אין געעפנט געװאָרן דאָס גרויסע יתומים:הויז (זגערזשער 80, אָנפירער מענדל רייכנבאַך), אין װילקעת -- צענטער שטאָט -- האָט געאַרבעט מיט אינטענסיווקייט דאָס יתומים-הויז פון , דאָבראָטשיננאָשטש", די אָרגאניזאציע פון די צילינדער-יידן, אין , העלענווועק", די פּעריפערישע געגנט פון לאָדזש האָט מיט פאַרנעם זיך אַנטװיקלט די קינדער- רעפּובליק פון יידישע יתומים און יתומות אונטער דער הויפּט-השגחה פון דעם אַסעקוראַציע-אגענט מרדכי-חיים רומקאָווסקי,. די יתומים-הייזער זענען געווען פארבונדן מיט א נעץ יידישע געזעלשאַפטלעכע שולן וי מיט ארגאניזאציעס פאר פּראָפּעסיאַנעלער אויסבילדונג פון די אונטערװאַקסנדיקע יתומים און יתומות. בפרט האָט אַן אָנזעעװודיקן אָרט פאר- נומען אין דעם שטח די יתומיםקאָלאָניע אין העלענווועק מיט זייער אָנפירער רומקאָווסקי, וועלכער האָט אגב א סך פריער, װוי בעתן חורבן פון די ימי היטלער, זיך דערװאָרבן דעם נאָמען פון א פארדאָרבענעם פּארשוין מיט דער תשוקע פאר פאַרראַט און בנידה, וי עס האָט זיך ארויסגעוויזן בעת

passage_6c5871931ca2e1c922c1bf53
Passage 6normalized OCR · source chars 5163-5398

די סאמע לעצטע קהילה-װואַלן אין לאָדזש. ער האָט זיך מיאוס אויפנעפירט און האָט מאָראַליש אראָפּגענידערט דעם ניואָ פונעם יתומים-הויז. פונדעסטװענן אין ער פאר אַ לאַנגער צייט מצד דער עפנטלעכקייט גענארעריש טיטולירט געװאָרן וי דער אב היתומים,

passage_9f5e9175eaef2ad8ee7819de