Original scan
Original memorial-book scan 34
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-187

30 י. אַקרוטני -- מײן הײמשטאָט לאָדזש אעטעערערעררעבאעעיערערעערעראררערעארערדררררררררדרערדערררעעטערערערערעערערערעעדרעערערדעדלארדערארררררדרררדרדרדרדרדרדרדרלעדרדעלרערעלערעזי 7

passage_339b5c63c72dd40485b4175b
Passage 2normalized OCR · source chars 189-1194

די יידישע ליטעראַרישע ספערע פון לאָדזש, װאָס צווישן ביידע טרויעריק-באַרימטע וועלט-מלחמות פון זינט עס ציילט זיך -- אין געשיכטלעכער קאַטעגאָריע -- דער אויפשווונג פון דער פרוכטיקסטער קולטור-באַוועגונג ביי יידן אין פּױלן; איז לאָדזש דאָ געװען נישט אין הינטערגרונט, אב נישט אין א סך שטחים אין סאמע אַװאַנגארד פון יידיש גייסטיקער שעפערישקייט. אדרבא, דער לאָדזשער חותם, לאָדזשער אייננ- אַרט האָט אין געוויסע פּרטים אויפגעשטורעמט אויך די הויפּט- שטאָט ווארשע. אוודאי, די פּני פון דער ווארשעווער יידישער קינסטלערישער און טעאַטראַלישער וועלט פלעגן זיך נאָר אָפט אראָפּכאַפּן קיין לאָדזש נאָך שעפערישער אינספּיראַציע. נו, אָנגעהויבן האָט עס זיך, מיט שװונג און אַמביציע באַלד צומאָרגנס נאָכן ערשטן מלחמה-שטורעם, אֶנהייב צוואנציקער יאָרן, טיילווייז נאָך פריער. מיר דאַרפן נאָר באדויערן װאָס עס זענען נישטאָ צו דער האַנט די נייטיקע פּובליקאַציעס אויף צו באַקרעפטיקן אונדזערע הנחות און פעסטשטעלונגען. צום אומנליק אין אלץ, אלץ אונטערגעשװאַנקען געװאָרן בעת דעם מוראדיקן שטורעם אויף ועלכן עס וויטיקט די שארית השחיטה. צ + +

passage_02ec57af41a4a352aae9841b
Passage 3normalized OCR · source chars 1196-2076

נישט שייך צו לענקען זיך דאָ וועדליק א כראָנאָלאָגיע. עס איז געווען דויערנדיקער בין השמשות; ס'האָט זיך גע- טראָגן דער געיאָמער פון ס'ניי אַנטפּלעקטער יידישער יתום" שאַפט און טאָטאַלער צעשטערונג. עס קלינגט נאָך עד היום דער דוד אינהאָרנישער פּאֶָעטישער קריעה-געשריי פון , צען מיליאָן" (רעקוויעם), װאָס פלעגט רעציטירט ווערן פון עפענטלעכע בינעס און ס'איז געװאָרן דער מודה אני פון גרויס און קליין,. אורי צבי גרינבערגס שװאַרצזעעריש בילד פון אויפגעלעבטן מלאך המות אין דעם יידנס טאָג-טעגלעכקייט (זיין פּאָעמע , מעפיסטאָ"). מתוך דער"אָ וויסטער שטימונג האָט לאָדזש זיך ארויסגעהויבן מיט איינענער אַספּיראַציע אין פעלד פון גײעם ליד אין יידיש. סיר מיינען די העפטן ,ינג יידיש", וועלכע זענען געקומען מיטן אָטעם פון דער פריש געבוירענער רעװאָלוציע אין רוסלאנד נעפּאָרט מיטן מאַסנ- האַפטן יידישן צער, װאָס האָט ערשט דעמאָלט זיך אַנטפּלעקט אין זיין נאָרער האַרבקייט. יידן-פּליטים האָבן זיך צוריקגע-.

passage_1842c318d007032bc40000b3
Passage 4normalized OCR · source chars 2078-3177

קערט פון לאַננן װאָגל אין דער פרעמד און געפונען זייערע היימען פארברענט אָדער צעשטרעט. נישט קיין חידוש בכן, װאָס די יידישע לירע האָט אָפּגעגעבן מיט עצבותדיקע טענער. משה בראַדערזאָן איז דעמאָלט צוריקנעקומען פון רוסישן נע-ונד און, אין אָנבלִיק פון דער נויט, װאָס דערזעען אין דעם מקום, װאָס ער האָט קונה געווען פארן מלחמה-אויסבראָך וי זיין ניי אַדאָפּטירטע היים, האָט ער זיך געלאָזט הערן מיט טיפער עצבות. ס'איז געווען זיין ערשטלינג-בוך פּאָעזיע , שװואַרצע פליטערלעך" (1913), װאָס האָט זיך אָפּגעדרוקט אין שטעט? פּיעטריקאָוו. זיין יונג ליד האָט, הגם שפּילעװודיק אין דער אָרקעסטרירונג, פאַרביק אין לשון, אין תוך שוין געטראָגן אין זיך דעם דורותדיקן יידישן פּחד פאר דער פּיין װאָס עס גרייט אין די ווינקלען דער בייז-טוער פון זיין אומה. אין תחילת פון זיין דיכטערישן גאַנג האָט ער נאָך נישט קלאָר ארויסגעבראַכט דעם נאָמען פון דעם לויערנדיקן עשיו, װועל- כער האָט ממשותדיק אָנגעטונקלט זיין געמיט. אָבער בראָ- דערזאָן האָט שוין דעמאָלט אויפגעציטערט אין טרויער; מחמת ער האָט װיזיאָנעריש פאָרויסגעפילט חורבן, װאָס גייט אקעגן זיין שטאם. אזוי יונג וי ער איז געווען האָט ער שוין געאַנט די אָנגעװאָרצלעטע שנאה צו יידן:

passage_eb43b11e0da383dbedbcee6c
Passage 5normalized OCR · source chars 3179-4212

װי א מאַמע א געטרײע װײגט צוזאמען מיטן קיגו, פּוונקט אי באַגלײט מײן טרױיער, פונטט אזױי רער האַרבסטיק װינטן װי א טאַטע א געליבטער האָט חנאה פון זײן זת, אזי לײכט מיר, בעת איך פרײ זיך, יענע הײסע גאָלדךזה. ! װי א פויגל, פרײי און מונטער, פליט צו הימלען מיט געזאַנג, פּווקט אזוי פאַרװיגט מײן לעבן יעדער אָטעמדיקער ק7א8נגו.. װי עס װאַרט דער צוקוופט'חורבן אױױף דאָס אַלץ װאָט װערט געביט, לרערט נאָך אזי מיר שטענדיק, זוכט או יאָגט זיך גאָך דער טויטן גורלדיק איזן באשערט געװאָרן דעם שפּעטערדיקן משה בראָדערזאָן צו שטיין פּנים א? פּנים מיט די עלעמענטן, וועלכע האָבן געלייגט די פונדאַמענטן פארן טאָטאַלן יידישן חורבן אין זיין היימלאַנד פּוילן. אָבער שוין אין זיין פּאֶעטישער יוננט האָט ער געהאט די ביטערע זכיה איבערצולעבן דעם חורבן און זען זיין פרוכט, שפּירן זיין טעם אינעם ברויט װאָס ער האָט גענעסן. איז דעריבער פארשטענדלעך װאָס אין זיין פּאָעטישער שאַפונג האָט ער אוױטאָביאָגראַפיש געמאָלן זיין שטימונג, ווען ער האָט זיך צענויפגעטראָפן מיט די רעזול- טאָטן פון צעשטערונג װאָס דער מלאך המות פונעם מענטש און פונעם דומם האָט אויסגעפלאַנצט אומעטום,

passage_af894f4cc2a6b9e67afc3d6c
Passage 6normalized OCR · source chars 4214-5603

מיר האַלטן דאָ ביי בראָדערזאָנען דעם פּיאָנער פון א ליטערארישער שול?ל אין דער יוננער יידישער פּאָעזיע אין פּױלן; אויב אָנצונעמען, אז דער בראָדערזאָנישער אויפטו מיט די העפטן ,יונג יידיש" באטייט נישט א שול פון אייגנאַר- טיקן פּאָעטישן אויסדרוק, איז ער אָן ספק דער אינספּיראַטאָר פון א גרופּע קינסטלער מיט דער אַמביציע צו ברענגען באַ- נייאונג פון קינסטלערישן װאָרט און בילד אין יידיש-לשון. אפילו אויסערלעך זענען די העפטן ייונג יידיש" א דורכוי- סיקע נייס אין דער יידישער דיכטונג, וועלכע האָט פאר יענעם פּעריאָד, װאָס נאָך דער ערשטער ועלט-מלחמה אין פּױלן א דרייסטע ווענדונג אינעם אופן פון פּאֶעטישן דענקען און פילן אויג אויף אויג מיטן מאוימדיקן איבערקער װאָס האָט אױסגעצאַפּלט יעדן טאָג ס'איז געװען אַן אויסטערלישע ווירקלעכקייט, וועלכע דער מענטש האָט געמוזט נעמען וי זי גייט און באַנעמען לפי נאָרמעס פון דער סאמע אומהיימלעכ- קייט. אָט איז אַװעק דער רוסישער זשאַנדאַרם און שוין האָט אויפגעהויבן דעם פארריסענעם קאָפּ דער פּוױלישער כולינאַן, באַװאָפּנט היימיש-באַנדיטיש און ס'האָט זיך געװאָרפן אויפן ייר דער פּאָגראָמשטשיק פון יוזעף האַלערס חדר. אין דער ספע- רע פון אַזא כאַאָס האָבן די ,יונג ייריש" העפטן געזוכט סיי אויסדרוק פאר דער מאָנענדיקער נייער פאָרעם, סיי פארן אינהאלט פון פּאָעטישן װאָרט. געדרוקט אויף טונקלגראָען פּאַפּיר האָבן די העפטן פונעם פּאָעטישן זשורנאַל פארחברט צווישן זיך אי דעם מיט אומרו אָנגעזאַפּטן פּאֶעטישן אויסדרוק אין די שאַרף געצייכנטע, סימבאָלישע ליניעס און סילועטן פון

passage_7d6799bca834d86ff21e9609