יידיש לאָדזש 31 פיגורן, ארויסגעבראכטן פון מאַלערס אין האָלצשניטן. בראָ- דערזאָנען האָבן אין דער אָפענסיווע קעגן די אלטע נוסחאות פון יידישן פּאֶָעטישן און מאַָלערישן , פּאָטשעראָק"" באַגלייט די פּאָעטן פון לאָדזש חיים קרול, יחזקא? משה ניימאן, דוד זיטמאן, ישרא? אַדלער און אנדערע. די מאָלערס איטשע ברוינער, מאַרעק שווארץ, יאנקל אַדלער א"א. אַריגינעל אוי- סערלעך, ניי, אָנגרייפעריש אינטעלעקטועל, מוטיק אין אינ- האַלט האָבן די העפטן אין איין מניה ביה געמאַכט לאָדזש פאר א ליטערארישן צענטער, ארויסגערופן אַָנערקענונג און חידוש אין דער נאַנצער ליטערארישער וועלט, נישט נאָר אין ווארשע, נייערט אויך אין דער ני-יאָרקער יידיש-ליטערארי- שער משפּחה. אַמביציעזע אויפטוען זענען באַלד נאָכגעקומען טאַקע אין ווארשע, און דער רוב פון זיי בשותפות מיט בראָדערזאָנען און מיט זיין אַקטיון אָנטיי?. דערנאָך זענען אויפגעקומען אין ווארשע די גרויסע ליטערארישע העפטן ,אלבאטראָס", , כאַליאַסטרע? און שפּעטער קריננען". די נעמען פון אורי צבי גרינבערג, מלך ראַװיטש, פּרץ מאַרקיש --- דעמאָלט אין פּױלן -- האָבן ברייט און הויך געקלונגען איבער די פּליינען פון דער ווייסל-מדינה.
פאר יענעם געדענקלעכן פּעריאָד פון אויפשוונג אין יירישן ליטערארישן שאַפן איז פּױלן, אין כאַראַקטעריסטיש בראָדערזאָנס ליד װאָס הילכט אֶפּ עד היום װי א הימן פון מוט און א שטרעקן זיך צו די הימלען -- הנם אויפן האַרצן איז געווען היפּש אָנגעזאַלצן דער הימען ,צו די שטערן" זאָגט עדות אויף בראָדערזאָנס דערגרייכן דעמאָלט צו זיין איינענעם פּאָעטישן איך, הגם דער וועג זיינער איז װאָס וויי- טער געווען פול מיט שטרויכלונג -- וי פאר אלע יידן אין פּױלן -- און משה בראָדערזאָן איז כ? ימיו געבליבן כולו ייר-קינסטלער -- מיר, יונגען, מיר -- א פריילעכע, צעזונגענע באַליאַסטרע, מיר גײען אין אַן אומבאַװוסטן װעג, אין טיפע, מרה-שחורהדיקע טעג, אין נעכט פון שרעס -- *ו18824ד485 סא 856688 הס און סיװערן שטערן -- טרערן, און טרערן װערן -- שטער) און טױבע הײבן אָן צן הערן, און טױטע הײבן אָן -- באַגערן און אל דאָס גוטס -- מקוים װערן: * דורך געראַנגל צו די שטערן (לאַטײן). --- טיאיד שװער דער װעג װאָס פירט צו די שטערן 7 הײ, װײגיקער א ביסל קלערןן װאָס טיז באַשטערט װעט אוגודז באַװערןן די פרײד טיויך פרוכפערן און מערן און הערן װעט הימלען גען, און בקדושה טרײהײט שװערן. דערװײלע טאַנצן בערןן
אָבער משה בראָדערזאָן מיינט נישט די נאָרע יידיש- ליטערארישע פיזיאָנאָמיע פון דעם ברויזיקן קאַָלאָס לאָדזש. ער איז נאָר דער בולטער נס, װאָס פון אַזאַ שטייניקער גראָ- קייט, וועלכע האָט אין דער וועלט באַקומען דעם פּרעטענציעזן נאָמען פון פּוילישן מאַנטשעסטער, זאָל אױיסװאַקסן אזא שאַר-. פער, שפּרודלדיקער קעננזאץ װי -- פּאָעזיע, אינטעלעקטועלע בילדערישקייט, לאָדזש האָט געהאט (אָ, וויסטער חורבן, וי ער שלאָנט איבערן קאָפּ און מאַנט דעם אֶנהאַלטנדיקן קדיש!) א היפּשע פּלעיאַדע יידיש-שעפערישע זינגערס און דערציי- לערס. אין דעם פּרט אין די דאָזיקע שטאָט געווען פילנע- שטאַלטיק, אויסנעמלעך רייך און קאלירפו?ל, און אַמביציעזע, טאַלאַנטפולע צווישן זיי, עלטערע, יונגע און צוזאָגנדיקע. דער רוב פון זיי האָט נעקנאָטן, מאָדולירט און אָפּנעשפּיגלט אין זייער װאָרטשאַפן שטיקער פון דער קראַמפהאַפטיקער, רויער לאָדזשער ואָר פון פריער און שפּעטער. די לענענדע לאָרזש פּונקט וי איר רעאַליטעט האָט פארכאַפּט די דאָזיקע.
דער יידישער פּאָעט האָט אין זיין שעפערישן גאַנג דער- גרייכט א ברייטע טראַיעקטאָריע. װוי טיילן פון זייער לעבנס- נעשיכטע איז פארבונדן די שעפערישקייט פון די לאָדזשער פּעאָעטן און דערציילערס וי עס זענען געװען יצחק קאַצע- נעלסאָן, מרים אולינאָווער, ישראל ראַבאָן, שלמה בערלינסקי, חיים קרול, הערש ?. זשיטניצקי, יצחק בערלינער און אנדערע, יינגערע און מיטליאָריקע. און ס'זענען חיים ליב פוקס, ישעיהו שפּיגל. סיי װוי איז צו זיי אלע דער גורל געווען אכזריותריק. אָבער משה בראָדערזאָן, װאָס זיין נאָמען איזן ענג פארבונדן מיטן בראשית פונעם כרך לאָדזש אין זיין גייסטיקן רענע- סאַנס, איז צום אומגליק אויך דער קענצייכן פונעם גורלדיקן יידישן במדבר. סימבאָליש? ס'איז מער וי דאָס. ס'איז די טראַגעדיע פון גאנצן יידישן גייסטיקן שאַפן אינעם דור פון נאַך אַשװיענטשים און מאַידאַנעס. בראָדערזאָן איז איינער פון די בולטסטע עדות אויף דעם. שעפעריש, ממילא אויך ביאָגראַפיש.