Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 36
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-750

32 יידיש לאָדוש י. אַקרוטני ליטעראַרישע פּראָפילן יצחק קאצענעלסאן יצחק קאצענעלסאָן איז כל ימיו געווען א שיינער מענטש, שיין אויסערלעך און שיין אין זיין אינערלעכער וועלט. ער האָט נישט נגעקענט הויך רעדן. און האָט ער שוין אויפנעהויבן זיין קול, האָט ער געצאָרנט, געשטראָפט, אַזש ער האָט זיך אָנגעצונדן. סיי װי האָט פון יצחקלען אראָפּנערעדט די איידלקייט. יצחקל האָט מען אים גערופן מחמת ליבשאַפט. נישט נאָר אין דער היים, ביי טאַטע-מאַמען, די יחפנים אין ער געווען דער בןדיקיר, נייערט ביים לאָדזשער ציבור, ביי די, װואָס ס'פאָלק רופט: די אייבערשטע פון שטייסל. אמת, יצחק קאַצענעלסאָן איז נישט געווען קיין קהלישער קאָכלעפל, אָבער זיין װאָרט איז געווען אױטאָריטאַטיוו, נישט מער -- יצחק האָט זיך נישט געמישט. זיין עניוותדיקייט איז געווען א שורשדיקע, אַן עכטע.

passage_87cc76857f8e6398d1614a05
Passage 2normalized OCR · source chars 752-2035

דערצו איז ער געווען דאָס קאַפּריזע קינד אין שויס פון דער מוזע. באַוויזן זיך װוי א נעקעכלט קינד פון א יחוסדיקער לומדישער משפּחה, איז מען אים וי שטענדיק שולדיק געווען אַ קניפּ אין בעק?. אַזױ אין זיין פריער יוננט און אַזױ אין די שפּעטערע יאָרן, ווען יצחק קאצענעלסאָן איז אריין אין רייפן עלטער, די שריפטשטעלערישע טריבונעס האָבן געהאַלטן פאר א חוב אים צוֹ פארבעטן וי אַן אדם-חשוב פון דער ליטעראטור סיי אין יידיש סיי אין העברעיש. יאָ, קאצענעלסאָן איז געווען אַ צװיײשפּראַכיקער יידישער שרייבער, הנם די העברעער האָבן תמיד אים באַצייכנט נאָר װוי א דיכטער און דראמאטורג װאָס שאַפט אין הייליקן לשון. יצחק קאצענעלסאָן נופא האָט אָבער נישט אָנערקענט די דאָזיקע צווייאיקייט. נישט געווען ביי אים קיין מחיצה צװוישן יידיש און העברעיש. ביידע לשונות זענען אים געווען איינן און ליב. אין ביידע שפּראַכן אין ער געשווומען פריי, סיט נאַטירלעכן כוח, אָן באַזונדערן אָנ- שטרענג, און הנם לאָדזש איז נישט געווען אַזאַ צענטער פון דער ליטעראטור וי ואַרשע, האָט קאַצענעלסאָן נישט געמאַכט קיין אונטערשייד צווישן לאָדזש און -- ווארשע. אים איז נעווען דער זעלביקער כבוד צו שטעלן זיך אויף איין שריי- בערישער בריק מיט די לאָדזשער שרייבערס וי מיט די וואר- שעווער,. אדרבא, עס האָט אויסנעזען, אז אים איז ליבער צו זיין אין דער איינענער סביבה פון לאָדזשער סופרי יידיש וי עברית. ארום אים איז טאַקע אַנטשטאַנען ניך א ליטערארישע

passage_0e8143ec5a181cfda04312e0
Passage 3normalized OCR · source chars 2037-2924

סביבה. מ'מעג זאָנן, אז אַ דאַנק קאַצענעלסאַנען און בראָדער- זאנען -- איז לאָדזש פאַרװאַנדלט געװאָרן אין א ליטערארי- שער סטאַנציע, אויב נישט קיין באַזונדערער צענטער, עס איז געשען א דאנק קאצענעלסאַנס פּערזענלעכן חן און האַרצי- קייט. צו אים האָבן פּשוט נעקלעפּט אנשי רוח, אזוי ווען ער איז געווען א קינד אין דער היים, דעם טאַטנס היים און פּונקט אזוי ווען ער איז געװאָרן א משפּחה-מענטש, געהאט אַן איינענע שטוב. יצחק קאצענעלסאַנען האָט מען פּשוט ליב פאר זין אָפנקייט, זיין פּשטות, בפרט האָט ער זיך באַװויזן אזא וען ער האָט זיך סטאַביליזירט אין זיין איינענער משפּחהדיקער היים, ביי דער זייט פון זיין סימפּאַטישער פרוי מיט די קינדער, וועלכע ער האָט ליב געהאָט אהבת-נפש. דעמאָלט אין קאַצע- נעלסאָנס הויז נגעװוען אן אמתער בית ועד לחכמים, פאר גרויס און קליין פון דער לאָדזשער יידישער אינטע- לעקטועלער סביבה. און צו יצחקלען האָט מען זיך צונע- קניפּט, טאַקע צוליב זיין טאַטישער ואַרעמקייט. געווען אֵן

passage_2ba57ef9df44b2dab4b4215c