יי דיש לאַדוש 33
אַלטער העברעישער מחבר מאיר פאנער, א דראַמאַטורג, האָט ער ביי קאצענעלסאָנען געהאַט זיין אייגננטלעכע היים. וען קאצענעלסאָן האָט זיך דערשלאָנן צו מער בריווחדיקע מענ- לעכקייטן (ער האָט געעפנט אן אייגענע פּריװאַט-נימנאַזיע אין סאַמע צענטער פון לאָדזש, מיט אן איינענעם בנין), ס'איז געווען אין די שפּעטע צוואנציקער יאָרן, האָט דער מאָלֶער הענעך באַרטשינסקי, א טאלענטירטער, אָבער אן אָרעמער פּלאַסטיקער, געהאַָט אין קאצענעלסאַנען דעם שטענדיקן זאָר- גער און פאַרזאָרגער. דער פּאֶָעט קאצענעלסאָן איז אזוי געווען פאראינטערעסירט אין דער הצלחה פון באַרטשינסקין, אז ער האָט אים אוועקגעשיקט קיין דייטשלאַנד אָנזאַפּן זיך מיט קונסט און טאַקע אין איין וועגס אויך שטודירן -- אויף קאצענעלסאַנס הוצאות -- אין אן אַקאַדעמיע. שפּעטער, נאָכן צוריקקער פון אויסלאַנד, שוין וי אן אָנערקענער קינסטלער, האָט הענעך באַרטשינסקי געהאַט זיין סטאַבילע היים אין קאצענעלסאָנס הויז. עס איז געווען די פרייד פונעם פּאֶעט- מענטש קאצענעלסאָן וען ער האָט געקענט עמעצן העלפן, וועמען אָנטאָן א תענוג. אזוי אויך זיין עזר כנגדו ,זיין פרוי, וועלכע האָט זיך אויך אויסגעצייכנט מיט אומנעויינטלעכער באשיידנקייט. נישט קיין װוּנדער דערפאַר, װאָס עולם יונג- װאַרג, װאָס האָט זיך געשניטן מזכה צו זיין די וועלט מיט ליטערארישע אויפטוען, איז געקומען צו קאצענעלסאָנען ועגן א הסכמה, אנדערע נאָך זיין ברכה. יצחק קאצענעלסאָן האָט זיך דערצו אויסגעצייכנט מיט אויפריכטיקייט און מיט נייטי- קער באַזאַכטקײט, חלילה קיינעם נישט ויי צו טאָן, אויב יענער איז נישט געווען קיין שמעלקע סמיטן מלאך װאָס איז ממונה איבער פּאָעזיע צי פּראָזע. אמת, דער רייפער יצחק קאצענעלסאָן האָט אויך פאַרראַטן אזא װאָס מ'קען באַציי-
כענען װי א תמים, ער פלעגט זיך אפילו רייטלען ווען ער האָט אזא יונגן אַדעפּט פון דער קונסט געדאַרפט זאָנן נישט אזא נליקלעך װאָרט, װי יענער האָט ער דערװאַרט. די איידלקייט, אמתע גייסטיקע אצילות, איז געווען א הויפּטשטריך פון דעם פּאָעט, װאָס האָט זיך תמיד ארויסגעוויזן מיט נוטהאַרציקייט און... רחמנות. מחמת דעם געפי? האָט קאצענעלסאָן צו מאָל געקענט עפענען א טיר װאָס אין אים נישט געווען אזוי לִיב צו עפענען און מיט יענעמען זיך אַמפּערן, זיך אויסקריגן, אַבי אַן אָרעמען, אן עלנטן צו העלפן, אוב ער נופא אין נישט געווען אין שטאַנד עס צו טאָן. אָבער קודם-כ? איז יצחק קאצענעלסאָן געווען דער גאָט- געבענטשטער יידישער פּאָעט. אויך אין זיין טאָג-טעגלעכקייט, אינעם קנעלן מעשה לערער מיט קינדער, איז ער געווען דער פּאָעט. פּאֶעט און נאַנצער ייד. אזוי אין צייטן װאָס האָבן נעשאַנקען מילדע הימלען און נישט אַנדערש בעת אומוע- טערס װאָס האָבן זיך נעטראָגן איבער יידישע קעפּ. קאצע- נעלסאָן האָט דאָס אנב דאָקומענטירט מיט זיין ממש שטור- מישן שאַפן בעת דער קאַטאַסטראָפע װאָס האָט זיך דורב- געטראָגן איבער דער נייסטער יידישער געשיכטע. צּ סיי װוי איז יצחק קאַצענעלסאָן דער איש לאָדזש. דער ווונדערלעכער מענטש און פּאָעט געווען פאררעכנט אין ישוב
לאָדזש וי זיין געלויבטער זון. און זיין שם האָט אים באַנלייט מיט נרויס חשיבות.
ס'איז כדאי צו אַקצענטירן: ווען משה בראָדערזאָן האָט זיך באַװיזן אויפן לאָדזשער ברוק וי דער פֿאַרטיקער פּאָעט (נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה), האָט מען געקוקט אויף אים וי אויף אַן עקזאָטישער דערשיינונג פון קאַלטן צפון; א יוננערמאן מיט באַקנבערד און מיט א הויכער פּאַפּאַכע און העזהדיקער דיכטערישער נייקייט -- אין קאצענעלסאָן שוין געווען אן אָנגעזעענער העברעישער און יידישער פּאָעט, אויך א דראַמאַטורג פון א פּיעסע, וועלכע איז אויפנעפירט געװאָרן מיט דערפאָלג אין טעאַטער, עס איז געווען די דראַמע ,קאַריקאַטורן", װאָס האָט קאצענעלסאַנען פארשאמט פּאָפּ- לאַריטעט. בראָדערזאָן האָט דעמאָלט ערשט געדארפט אָנהייבן זיין דרך כדי זיך איינצוהיימישן אין לאָדזש (וװי אין פּױלן בכל?), כאָטש אין אויפגעברויזטן רוסלאנד האָט ער שוין געהאַט דערגרייכט אַ געוויסן פּירסום וי אַ דיכטער פון דער שעפערישער כאַליאַסטרע, װאָס דער רעװאַלוציאָנערער שטו- רעם האָט ארױסגעבראַכט. אין רוסלאַנד זענען דערשי- נען א ריי שאַפוננען בראָדערזאָנס, אָבער אין לאָדזש, װאָס איז גראָד געשטאַנען אין דעם צומאָרגוגס פונעם בלוטיקן קאַטאַקליזם, האָט ער ערשט באַדאַרפט אויף אן אמת זיך לעגיטימירן מיט זיין דיכטערישן כוח און מוח. דעמאָלט אין יצחק קאצענעלסאָן שוין געווען א דיכטערישער נאָמען; דער- צו האָט די דראמע, װאָס די טעאַטער-ברעטער האָבן זיי צע- לויכטן, פארפעסטיקט זיין פּאָזיציע. אנב האָט די דראַמאַטישע פאָרעם בכל? פאַרכאַפּט קאַצענעלסאָנס שרייבערישע אַמביציעס און די אָנגערופענע דראַמע איז נישט געוען זיין איינציק ווערק און סצענישן זשאַנער. 3 פאַטימאַ?" געהערט אויך צו זיינע דראַמאַטישע פּרווון. אָבער קונה-שם נעווען האָט ער זיך בעיקר וי דער פּאָעט. אין תחילת האָט ער געשריבן נאָר
העברעיש; שפּראַכלעך בונט און נעמיטלעך ליריש האָבן נע- מיניעט די פערזן פון זיינע העברעישע שירים. כפי זיין נאַטור האָט דער דיכטער אין קאצענעלסאָנען זיך באַװעגט אונטער אלערליי שטימוננען, זיך געצונדן אונטער עמאַציעס און ער האָט בכל? זיך לייכט נעטראָנן איבער די שטאַפּלען פון פּאַ- טאָס, עס איז געווען אונטערן הייסן רויש פון דער ביאַליקיאַדע, וועלכע האָט דיכטעריש פאַרכאַפּט יענעם דור סמיט זיין , עיר החרינה" (די , שחיטה-שטאָט", אין יידיש), מיט דעם אוים- טרייסלענדיקן ,נביאיש". יצחק קאצענעלסאָן אין סתם גע- בענטשט געװאָרן מיט דער אייננשאַפט אויפצופלאַמען אין באַגייסטערונג. זיין דמיון האָט זיך דאָס נלייכן געטובלט אין | תנ"כישע בילדער און דאָס האַרץ האָט, פּלאַסטיש זיך אויס- געדריקט, פארנומען די ביבלישע וייטקייטן, וועלכע זענען מיט א מאָל אים נאָענט געװאָרן.
דער פּשוטער יצחק קאַצענעלסאָן האָט פונדעסטוועגן אַלע מאָל ארויסגעלויכטן פון אים. עברית און יידיש וי אינסטרו- מענטן פון זיין דיכטערישן ווערק, זענען אויף א נאַטירלעכן אופן נאָענט קאצענעלסאַנען שוין אין די אָנהייב-עטאַפּן פון זיין שאַפן, דער דאָזיקער שטריך הייבט זיך ארויס בולט אין קאצענעלפאַנס ביאָנראפיע א דאנק דער װאָרצלדיקער יידיש- קייט פון זיין היים, דער היים פון ר' בנימין, דעם קאַרעליצער בןדאורין, וועלכער האָט אליין אויך געזינדיקט מיט מחבר"- שאַפט אין עברית, אָבער אין שטוב האָט מען זיך געפירט