יידיש לאָדוש 25
מענטשן. אים איז געווען ליב די פּערזענלעכקייט פון ישראל ליכטענשטיינען דעם לאָדזשער בונדישן פירער; ער האָט הויך געשאַצט זיין לויטערן הומאַניזם און זיין ערלעכן ויסן. קאצענעלסאָן אין אומיסטן געגאַנגען הערן ישראל ליכטענ- שטיינס לעקציעס וענן פּרצן, וועגן שלום עליכמען און אים האָט אונטערגעקויפט די דאָנמאַטישע אָרנטלעכקייט פון מוליע (שמוא?) עדלמאן, איינער פון די אָנגעזעענסטע פּועלִי ציו- ניסטישע װעטעראַנען אין לאָדזש. יידן, יידיש פאָלק איז ביים דיכטער קאצענעלסאָן געווען דער העכסטער באַגריף, וװאָס האָט באַשטימט זיינע מענטשלעכע סימפּאַטיעס. דער יידישער קינסטלער איז דער צום מערסטן באעוולטער מצד דער געזעל- שאַפט, פאר אים דאַרף מען זיך ספּעציעל אָננעמען -- דאָס איז געווען אן אַקסיאָם ביי קאַצענעלסאָנען. ער האָט סכנות ליב געהאַט אן עכטן טאַלאַנט, צי ער איז געווען א שרייבער אָדער א מאָלער, און איז קאַצענעלסאָן געקומען צו א באַשיידענעם פאַרמעגן פון זיין לערעריי, האָבן יידישע קינסטלער-פּלאַסטי קערס געהאַט א היים ביי קאַצענעלסאַנען. איטשל ברוינער, נתן שפּיגל, טוביה האַבער, אהרן האַבער, ישראל לייזעראָ- וויטש, אַדאַם הערשאַפט, הירשפאַנג. הענעך כיימאָוויטש, הע- נעך באַרטשינסקי האָבן מאָלעריש אראָפּגערעדט פון י. קאַ- צענעלסאַנס ווענט. ,נאט אייך, קינדערלעך, ס'געלט איז נישט מיינס, געניסט, שאַפט!" נישט פון פזרונות וועגן איז געווען קאַצענעלסאַנס געלט געבן פאר די וװוערק פון די מאָלערס און סקולפּטאָרן -- ס'איז געווען א פאָטערלעכע זאָרג פאר דעם קינסטלערס שאַפן און די ליבשאַפט צו די שאַפערס. און כדי נישט צו נעמען פון דעם נוטהאַרציקן דיכטער-אפּוטרופּס וי פריינדשאַפטלעכע נדבות, האָבן די קינסטלערס באַהאָנגען אלע ווענט פון קאַצענעלסאַנס הויז מיט בילדער, צייכענונגען,
אַקװאַרעלן, שטודיעס, לאַנדשאַפטן, פּאָרטרעטן, עטיודן. דאָס אלץ װאָס שייך דעם פּאָרטרעט פון יצחק קאַצע- נעלסאָנען דעם מענטש. י. קאַצענעלסאָן דער פּאָעט האָט פולקאָם דערגאַנצט דעם פּאָרטרעט פון קאַצענעלסאָן דעם פיינפילנדיקן פריינד, דעם לִיב- האָבער פון יידישער קונסט און קינסטלערס. ערשט קומט אין פאַָדערגרונט דער פּאֶָעט קאַצענעלסאָן, וועלכער האָט קינסטלע- ריש זיך אױיסגעשפּרײט אין פאַרשיידענע שטראָמען: אין ליד, אין דערציילערישער פּאָעמע, אין דראַמע און עסיי. אויף די אלע פלאַכן האָט ביי אים דאָמינירט די לירישע גאַמע. אים איז אויך געווען לייבלעך נאֶענט דאָס קינדערליד. באַװוּסט איז אנב זיין עלעגיע, װאָס איז אין װאַריאַציעס אוועק אין פאָלק וי א פּער? פון יידישע פאָלקס-געזאַנג; די זון פארגײיט אין פלאַמען די זט, מע זעט זי קױיםן אזוי פארגײיט מײן האַפעננג, אַזוי פארגײיט מײן טרים. דאָס געהערט צו קאַצענעלסאַנס יוננט-לידער. יונגוייז האָט ער זיך אונטערגעגעבן פּעסימיסטישע שטימונגען. נו, ס'איז דאָך אין זיין צייט געווען אין דער מאָדע אַרציבאַשעו מיט זיין , סאַנין". דער דיכטער האָט אויסגעזונגען זיין פילעוודיק האַרץ. אין אלע נעזאַנגען זיינע איז ער פול מיט לעבנסנלי, אָבער צום שטאַרקסטן האָט יצחק קאַצענעלסאָן זיך ארױסגעזאָגט אין
די שאַפונגען, וועלכע זענען ביי אים אַנשטאַנען פּנים אל פּנים מיטן פאָלקס-אומגליק בימי היטלער. דאָ איז דער דיכטער זיך אריבערגעװואָקסן, דאָ האָט באַקומען דאָס װאָרט די יידישע מחנה, װאָס איזן געטריבן געװאָרן צו אומפארמיידלעכן אומקום. מיט א מאָל אין אָפּנעטראָטן דער ריינער ליריקער ביי קאַצענעלסאָנען; אמת, אויך דאָ רעדט דער סוביעקטיווער זעער -- אָבער עס הערט מער זיך פון קאַצענעלסאָנען דעם צווייפלער און, איינצייטיק, דעם דיכטער-כראָניקער װאָס איז זיך באַװגּסט פון זיין אחריות פאר דער ראָלע צו זיין דאָס מויל פון די, װאָס זענען פארמשפּט צו גיין דעם לעצטן ועג. שטאַרק און רירנדיק ביטער זענען די גראַדאַציעס פון דער שטימונג, װאָס באַהערשט דעם, ואָס איזן פארשאָלטן מיטן כוח פון אזאַ זעעו וי קאַצענעלסאָן האָט געזען דעם בראָך. ער האָט ממש איבערנעלעבט זיין איינענעם פינצטערן כרת. יסזזקאלן אים, גײן, ירמיהן.. אים טױך, איך דאַרף אים נישט! איך האָב גערופן זײ: אָ, העלפט מיר, העלפט ארויס ! נאַר כיװעל אוױיף זײ נישט װאַרטן מיט מײין לעצטן ליד -- זײי מיט גביאוח און איך מיט װײטיקן איז מײגע גרויס. ...טול אײך, עלוטע, אײך איבערבלײבעכצן אויף יענע זײטן, װאָס איר װײסט עס נישט, װען עס עפענען מײנע װײטיקן אַ מױל, -- זי װאָלטן אױך דאָס לעבן אײערס, אײך די װעלט פארפינצטערט און פארסמט.
אונדז די שארית השחיטה האָט דער מקונן פון געטאָ- אומנליק אין זינען געהאַט, וען ער איז געזעסן אין אבלות, א צעבראָכענער פונעם אומנעהייערן חורבן. איר, װאָס זענט געבליבן על פּי נס, מחוץ די שייטער-פלאמען פון אוישוויץ און מיידאַנעק", -- האָט דער דיכטער געזאָגט אין קלעמעניש. ער האָט באַנערט א שותף צו זיין וויי. מ'בלייבט אוממעכטיק אַנטקעגן אָט דעם סקעלעטיש-אויסגעדייװװוערטן געטאַינביא, װאָס וואַרפט זיין טענה פונעם חורבן-באַרג אַראָפּ. ,וו זענט איר, מיינע טייערע חלוצים, איר בונדיסטן, מיינע פּועלי-ציוניסטן, איר קאָמוניסטן, הלוואי װאָלט איר נאָך געווען, הלוואי װאָלט איר זיך ווייטער געקריגט". ממשה בראדערזאן דער פּאָעט משה בראָדערזאָן איז געווען פילזייטיק אין זיין שעפערישקייט. ס'איז נישט שייך צו נעבן פון אים א קאָנדענסירט בילד אויף א קורצער פלאַך. ערלעכער װעט זיין אויב מיר װעלן זיך אונטערנעמען געבן די בולטקייט פון זיין גייסטיקן סילועט. ...וי באלד בראָדערזאָן האָט זיך דערפילט א תושב פון לאָדזש, איז ער ארויס פון דער פאַזע פון ליטערארישע אֶנהייבן. , שװאַרצע פליטערלעך", זיין ערשט לידערביכ? איז דער דאָזיקער אנהייב און ס'איז געקומען די תקופה פון אינספּיריר- טער און אינספּירירנדיקער עקספּערימענטיק אין דער פּאָעזיע. עס איז אמת -- א היפּשער מהלך לינט צוישן יענעם בראָ-