36 י אָק רוטני--ליטעראַרישע פ ר אַ פ יל ן דערזאָנישן אנהייב און די אױיסקריסטאַליזירונג פונעם פּאֶעט, װאָס איז דערנאָך געװאָרן פּאָעטישע פּערזענלעבקייט מיט אַן אייגנאַרטיקן פּנים,. אין דעם אינצווישן ליגט די דערפאַרונג פון דער רוסישער רעװאָלוציע, פון וועלכער דער יונגער בראָ- דערזאָן האָט געהאַט די געלעגנהייט צו דערשפּירן איר ברע- נענדיקן אָטעם. טאַקע פון דעמאַלט הייבט זיך אָן די אייגנט-. לעכע פאַרביקע באאָנראַפיע פון משה בראַָדערזאָנען דעם װירטואָז פון דער מאָדערנער יידישער פּאֶעזיע.
עס אין געװען גאָר א טריבע צייט פאר זיין פאָלְק, ממילא פארן פּאֶָעט, ווען בראָדערזאָן האָט זיך איינגעמאָסטעט אין דער לאָדזשער ווירקלעכקייט. כאָטש געזונגען מאָטיון אין מינאָר, האָט שוין דער יונגער בראָדערזאָן, אויפן לאָדזשער ברוק געװוונען דעם דאַנקעװודיקן אָפּנעמער פון פּאֶעטישן יידישן ליד, די גרויסע מאַסע ארבעטערס, האָבן װי אונטער א לאָקנ- דיקן כישוף דערהערט דעם נייעם ניגון פונעם ליד, ואס האָט זיך געפּאָרט מיט זייער געפיל; אמת, מער אינסטינקטיוו דערפילט אין בראָדערזאָנען דעם מיטגייער זייערן אויפן פּיינ- פולן וועג פון וויי און צער, און דער פּאָעט האָט אזוי ארום אייפעריק אויפגעהויבן צו זיך דעם יונגן ייד, געהאָדעװעט אים פארן ראַפינירטן ליד און באַנייטן, באַרײכערטן ייריש- שון. דעם דאָזיקן וועג האָט בראָרערזאָן געעפנט באַלד אין
תחילת פון זיין דערשיינען, געעפנט מיטן נאַלאַנט-געבויטן, אומעטיק-קלינגענדיקן סטראָף: דערנאָך האָט ער זיין געזאַנג פארהיימישט אויך מיט פאָלקסטימלעך ליכטיקע, צו מאָל האָ- פערדיקע געזאַנגען און קופּלעטן װאָס האָבן פריידיק אָפּנע- הילכט פון דער קאַמעראַלער בינע, אַנטקענן וועלכער ער האָט זיך אוועקגעשטעלט אין דער װאָרהאַפטיקער פּאָזיציע פון א שעפערישן פּיאָנער,. דאָ איז דער דיכטער ניי און אַנטפּלע- קעריש. יאָ, דאָס בראָדערזאָנישע קאַמעראַל-יטעאַטער פון מיניא- טור ווערק האָט געמאַכט געשיכטע אין באַגלייט פון פּאֶָעטישן נעמיט און אילוסטראַטיוון נעמעל.
עס איז נישט קיין צופאַל װאָס דער דענקענדיקער פּאָעט האָט פאר א באַזע פון זיין שאַפן זיך פאראינטערעסירט מיטן געשיכטלעכן דראַמאַטיזם פון זיין פאָלק. אים איזן באַשערט געװאָרן אליין צו זיין דער עד ראיה פון מוראדיקע נסיונות, פון זען טאָטאַל ארויסנעפירטע נאַנצע יידישע ישובים. די אױטאָדאַפּעס פון רער שפּאַנישער אינקוויזיציע האָבן זיך ביי אים באַצייטנס, העלזעעריש איבערגערופן מיט די נאַצישע מאַסןדעקזעקוציעס בפני דער שיין פון דער גאַנצער ועלט. און דער פּאָעט בראָדערזאָן, דער ייד בראָדערזאָן איז געשטעלט געװאָרן פאַרן נייעם נסיון פון אכזריותן װאָס זענען געגאַנגען אויפן נאַקעטן לעבן פונעם ייד און זיין וועלט. אזוי איז אויפן שטח פון זיין גאַנצן באַװוּסטזיניקן לעבן אװעקגעשטעלט געװאָרן פאר אים די לויערונג. די שנאת חינם קענן ייר. דער אַלטאָג פון דעם גיהנום האָט מיין יוגנט צעפליקט -- געװאָרגן, און מיט פּיײיערצװאַנגען מיך עשטיקט -- און ס'לעבן האָט געשאַפן מיר צו שטאַרבן מוט ! אויף אונדזער מזל וויינט מסתם דער מייוול פאר רחמנות, אויף אונדזערע פארעלנטע, פארפינצטערטע כוונות. ארויפגערוקט א שוארץ-צילינדער אויף זיין פּליך איז. דאָרט זיצט עֶר רייטנדיק אויף קאַכלדעכער און אויף סטריכעס -- באַקלאָגט אין קוימענם מיטן ווינט דאָס ניי-משיחות + ++
ס'האָט זיך געטראָנן די יללה פונעם יונגן ייד װאָס האָט שוין באוויזן דורכצוגיין אלע מ"ט שערי טומאה פון דער אויפגעקלערטער צייט, ווייל , אין יעדן טויער האָבן מיך באַ- געגנט מערדערס שטומע". ער אין מרעיש עולם אויף די סכנות װאָס גייען אויף זיין פאָלק, באָטש , מיליאָנען מענטשן זענען אומנעקומען, און מיליאָנען גייען ווייטער, ווייטער. עס אין אין מיר א נאַכט, א נאַקעטע, א הוילע נאַכט, אָט שטייען זיי אלע טויטע, בלוט און אייטער האָט אלע אויסװועגן צוריק און אויך פאָרוֹיס פארמאַכט" (פּאָעמע , שװאַרץישבת"). די דאָזיקע באַשערטקײיט נייט נאָך דעם ייד-פּאָעט דעם גאַנצן וועג. דער נורפֿ פון זיין פאָלק, איז זיין גורל, הערט זיך פון זיינע שאַפונגען זינט זיין דיכטערישער יוגנט ביז זיין סאמע רייפקייט. חורבן איז דער קענצייכן פון בראָדערזאָנס דור