38 יי אָק רוטני--ליטעראַרישע פּראַפילן
אוודאי, משה בראָדערזאָן דער פּאֶָעט האָט תמיד געלעבט נישט נאָר זיין אינדיווידוע? לעבן, אין אָפּנעשלאָסנקײט. יאָ, ער איז געווען כולו איד, ווען ער איז געווען אוינ אויף אויג מיט דער נשמה יתירה. האָט ער נאָר באַװויזן זיך אויסצוטאָן פון ליד, פון דער מוזיק און דעם צויבער פון יידישן װאָרט, האָט דער פּאָעט זיך פארװואַנדלט אין א פולבלוטיקן מענטש, א ייך- מענטש, װאָס האָט געבלוטיקט אויף דעם פּיין פון די ליידנדיקע, משמע, אָט דער וועג האָט אים נעפירט אויך צו צייטונג-שריי- בעריי. ער האָט פון חיונה ווענגן געאַרבעט אין טענלעכע ציי- טונגען, געטאָן ממש שוארצע ארבעט, געשריבן טאָנ-פעליע- טאָנען, אַקטועלע גראַמען און אויך דאָ געווען מייסטעריש, אייגנארטיק, כאָטש די שורה איז געווען א פּאָפּולֶער * פאר- פאַסטע, א לייענעוודיקע פאר דעם פּרימיטיוון געניסער. און האָט ער נעשריבן אן עסיי, א מאמר וועגן א קולטור-פּראָבלעם איז דער פּאָעט בראָדערזאָן געשטאַנען פאר אונדז װוי דער לעגי- טימער עומד פון דער יידישער קולטור מיט גרויסער אחריות פאר כ5, אין דער אַקטואַליע פאר דער בלאטצייטונג אין ער געווען נישט בראָדערזאָן, נאָר זיינוועלע קאָזע, בראָדער זינגער. און האָט זיך אונטערגעשטעלט א מנווול װאָס האָט זיך מיאוס ארײינגענאָריעט אין יידישן ציבור האָט בראָדערזאָן נישט פאר- פעלט צו קומען מיט זיין אױיטאָריטאַטיוו װואָרט און פארענ- דיקן זיין ארויסטריט מיט א מוטיקן, דרייסטן , פּאַשאָל װאָן!" און האָט מען באַדאַרפט אונטערקומען אן אייגענעם אָדער אַ ווייטן מיט הילף, װאָס איז עס ווערט געווען, איז בראָדערזאָן דער פּאָעט, די יידישע פּערזענלעכקייט געשטאַנען אויף זיין ריכ- טיקער פּאָזיציע, און מ'האָט אים געלויבט, און געווען שטאָלץ מיט אים,
א טאַלאַנטפולער, אן אַמביציעזער און א שעפערישער מיט א װאַרעם יידיש האַרץ האָט בראָדערזאָן זיך איינגעקויפט אין נעדעכעניש פון דורות יידן. מרים אולינאווער נאָר א סקיץ פון איר לאָזט זיך געבן, ווייל אין איר פולער געשטאַלט האָט זי זיך נישט געלאָזט פאַרפיקסירן. כולה יידי- שער מענטש איז זי נעװוען, וי איינע פון איר פֹאָלָק. און עניוותדיק. מ'קען זאָנן; זי האָט זיך צניעותדיק פארהוילן פאר דער שיין פון טאָג; עס האָט זיך נאָר אָפּנעפילט איר בייזיין אינעם גבול װאָס האָט געשפּרײט רוחניותדיקע יידישע בא- זונדערקייט אינעם שטילן געזאַנג, װאָס יידן האָבן געזונגען פון זייער פרייד און לייד, און איר באַזונדערקייט האָט זיך אויסנעטיילט אויך דער- פאַר, װאָס זי, מרים אולינאָווער, האָט אין אַן אומבאַנריים- לעכער בענקעניש זיך אראָפּנעלאָזט הויערן אין כרך לאָדזש, כאָטש וועדליק איר מהות איז זי געווען און געבליבן די דורכ- אויסיקע פארקערפּערונג פון פרומען יידישן שטעטל, פון פּוילישן שטעטל אין זיין דורותדיסן זיין. מרים אולינאָווער איז געווען אַן אינדזעלע, אַן אינדזעלע פון שלווה און פרידלעכער גוטסקייט אויפן ראַנד פון יידישן
ליטערארישן לאָדזש. װי א . בינט? קאָנדענסירטע תמי- -. מות האָט זי געהויערט ערגעץ נישט-דאָ, לגמרי אָפּנעזונ- . דערט פונעם גרױסשטאָטישן . . כאַאָס. נו, דאָס אינדזעלע האָט טאַקע געטראָנן דעם חותם פון דעם, ואָס האָט באַדינט די דאָזיקע באַזונ- דערקייט. כאָטש געווינט אין צענטער פון לאָרזש אויף . נאַרוטאָװיטש גאַס, װאָס האָט (; געהערט צו דער האַלב-ארים- === טאָקראַטישער געגנט פון רייך-געװאָרענעם בירגערטום, אין אפילו די דירה פון מרים (און װאָלף) אולינאָווער, געווען כאילו א יידישלעכע אידיליע אין סמיטן דעם משונע פארצאַפּלטן, טרייפענעם כרך. אַריינגעקומען צו מרים אולינאָווער אין הויז האָט מען מיט א מאָל זיך געפונען אין אַן אַנדערער, אויס- טערלישער אומשטאָטישער ועלְט. ס'קליינע, פרומע יידישע שטעט? איז װוי א פארבלאַנדזשעטער זונשטראל אין מידיקייט אריינגעפאלן אהער אויף אֶפּרו פון ברענענדיקן גיהנום, װאָס איז ארומגעמויערט מיט אייז-בעטאָן און פארטשאדעט פון דורכדרינגענדיקן קאָפּעטש וװאָס עס דעכען אויס די פאברי- קישע מחבלים.
מרים אולינאָווער, די זינגעוודיקע ניי-צייטיקע שרה בת- טובים, האָט נישט אַנדערש וי זי האָט געמוזט על פּי איר צניאותדיקייט זיך פארהוילן אין א וינק? פון דער שטורעמ- דיקער גרוױיסשטאָט. און אזוי נישט לאָרזשעריש, עפּעס נישט- דאָיק, נייערט פאָלקיש-יידישלעך איז געווען איר געזאנג פון זיידעשי און דער באָבעשי, פון שבת-קודש און פון די לויטערע בענקשאפטן װאָס שמעקן פיטן צאינה וראינה און שבת- אויבסט. זי האָט געזונגען פאר זיך אין נוסח פון מאַמעשן פרומען טייטש-חומש, אויך פון היימישע דאנות און חלומות, װאָס װאָלטן מסתמא אין ערנעץ נישט דערגרייכט, ווען נישט דער נס װאָס איז נעקומען אוימנעריכט פארן אוצר פון דער יירישער פּאָעזיע. נאָר א נס איז געווען װאָס דער באַרימטער יידיש:העברעישער דיכטער און עסייאיסט דוד פרישמאַן, אנב יא זגערזשער --- און זנערזש איז דאָך אַן עלטערע שוועסטער פון כרך לאָדזש -- האָט זיך באַקענט מיט איר אינזיכישן שרייבן און ער, פרישמאַן בכבודו ובעצמו האָט מרים אולי- נאָווערן מיט א װאַרע ארויסנעפירט אין דער יידישער וועלט אריין,. ער, דער וועלט-מענטש, האָט זי באַשאָנקען מיט ליב- שאַפט און דאַנקשאַפט פאר איר שיינעם יידישן געזאַנג.
דוד פרישמאַן, װאָס האָט פאר לאַנגע יאָרן געהויזט מיט די ליטעראטורן פון דער גרויסער וועלט, האָט זיך אנטציקט מיט דער פּשטות פון מירם אולינאָווערס יידישלעכע האַרציקע געזאַנגען פון סאָלידער יידישער היימישקייט און ער האָט אויסגערופן פאר דער גאָרער יידישער קולטור-עפנטלעכקייט: ס'איז געבוירן געװאָרן א נרויסע יידישע דיכטערין אין כרך לאָרזש. מרים אולינאָווער אין איר נאָמען. לאָמיר עפענען פאר איר טיר און טויער אין הויז פון דער יידישער פּאָעזיע. און ער, וװאָס מ'האָט אין גנרויסן דרך-ארץ און איינזעעניש אים אָננערופן , דער בייזער בייסנדיקער פרישמאן" האָט פון