ידיש לאָדוש + 55 היקיטטייאיוויַטאטעיעאיאיעיייייי
האָט ער זיך אויסנעלערנט נרינטלעך פּוליש, דייטש, רוסיש און מיטן הונגער פון די װוי?ל-באַװווסטע יידישע מתמידים זיך באַקענט מיט די ליטעראטורן פון דער וועלט. נישט געקענט דערגרייכן צו די גאוני השיר אין אַרינינאָל, האָט חיים קרול דער וועבער-געזעלן געשלונגען די ווערק פון אמאר חאַיאַם, פון האָמער, פון ווערלען, פון געטהע, פון װאָלטער און קיט און בייראָן און רימנאָ אין איבערזעצוננ. די ספרי קודש פון זיין טאַטעשיס פּאָליצע און פון זיינע פרומע זיידעס זענען אים אויך נישט געווען פרעמד. דערפון זיין נטיה א מאָל צו דער- נענטערן זיך אין זיין אייגענער דיכטונג צו מאָטיוון פון תנ"ך, און נישט זעלטן זיינע מעטאַפאָרן פונעם טיף-יידישן ברונעם. פון זיין אָרעמער סביבה איז חיים קרול אָפט ארויס צו די רייכע נאָרטנס פון די אומות העולם און דערפון א מאָל שמועסן מיטן טאַטעשי כילקע מיט די רויט געליאַמעװעטע אוינן,. ע? פּי רוב האָט ער דיכטעריש זיך אויסנגעלעבט אויף אן אומרעאַלן באָרן. סימבאָלן זענען ביי אים געװוען סאמע װאָר,. נישט מער, זיין מענטשישער באַנעם איז א באַשיי- דענער, א יידיש-יידישלעכער װאָס אויף אים לעסטיקט (אומ- באַװוּסטזיניק) די ירושה פון דורות, פון זיינע פרומע אבות. אין רגעס פון פּלוצליננער אויסניכטערוננ שטאַמלען ארויס פון אים אויך אומבאַקאַנטע וועלעכצן, אָבער זיי זענען מלא שיינ- קייט-דאָרשט :
1 וי א בין היפּ איך פון פרויען-פּנים צו פרויעןפּנים און כ'זופּ זיך אָן מיט שיינקייט. 2. האָסט מיר געשענקט א שמייכל, צניעות -- און ליכטיק איז מיר געװאָרן אין מיינע אברים, װוי א לבנה װאָלט איר בליאַסק אין מיר פארזונקען. חיים קרו? דער מענטש דערשפּירט צו מאָל א דראַנג װאָס ציט אים אוועק אין אַן אַנדערשוווּ. ער, דער זון פון געירשנטער געטריישאַפט צו נשמהדיקער ריינקייט לעכצט דערפאר אין א װידוי-טאָן : פארשטיי מיך : נישט מיין שטים רופט נאָך בלוט; מיין שטים איז דאָס קול פון מיינע זיידעס װאָס האָבן געליטן און געשויגן, און איך אזוי וי זיי, די קדושים וטהורים װועל לעבן און שווייגן. ווידער א מאָ? די לעכצעניש נאָכן אומבאַװוּסטן װאָס דער דיכטער פילט דאָך נייסטיק זיין בייזיין. עס איז מחמת דער ענגשאַפט, דער אומאייננקייט װאָס דער ארום דריקט אויף אים מיט בפירושער שטאַמלעניש פונעם דומם, פון דער שווייננ-
דיקער וועלט פון זאַכן און צמחים. נישט סיין חירוש דעריבער, ווייל חיים קרול איז לרוב אױסגעטאָן פון דער ווירקלעכקייט, כאָטש זי האַלט אים אין שפּאַן װי א שכיר יום. װי אזא מון ער אפילו זאָרגן פאר זיין אויסקומעניש וי פארן וווילזיין פון זיינע נאָענטע און פריינד. אוודאי האָט דער דיכטערוועבער אויך פריינד פּונקט וי די פריינד פון זיינע שװװעסטערלעך, פון זיין איידעלן טאַטן זענען אויך זיינע פריינד. צו די נאָענטע חיים קרולס רעכענען זיך קודם אלע װאָס ניינן זיך צו אים מיט ליד, מיט ראַפינירטן געדאַנק און קינסטלערישן בילר. ממש בוזעם-פריינד זיינע,, די סאמע טייערסטע זענען אים יצחק- הערש ראַדאָשיצקי, װאָס האָט א ראַזיר-דשטוב אויף שרעדניע גאַס און ער פאַלט אָפּט אריין צו קרולן מיט א ברידערלעכן פרעג: װאָס מאַכסטו, חיימל? כ'האָב נעכטן זיך נישט געקענט אָפּרייסן פון שטוב. זיי נישט ברונז. און ליב איז דעם דיכטער פון דער ווייטער ראָג זגערזשער נאַס, קרולן, דער שיינער, שטי- לער שניירער-פּאָעט יצחק בערלינער, א פארטוענער ביי דער ניימאַשין. נו, עס איז װווי? אויב ער האָט צו טאָן ביי דער שניידערישער מלאכה, דער פיינער דיכטער בערלינער, א ליבער חבר אין אים הערשעלע דאניעלעוויטש מיטן זיננעװודיקן די- נעם קולכ?, װאָס פּישטשעט אויס אויך בכתב פאָלקסטימלעכע מאָטיוון, וועלכע ער שרייבט אריין אין זיין קליינעם ביכעלע, װאָס ער טראָגט שטענדיק אין בוזעמטאַש. הערשעלע קען נישט אויסהאַלטן א טאָג ער זאָל זיך נישט באַוייזן פאר קרולן. א קליינטשיקס, א נוטס, זאָגט ער תמיד צום דיכטער הינטערן
וועבשטול; נו, יינגל, ביסט טאַקע פארהאָרעװועט, ווען זשע וועסטו צייט האָבן צו זיין אַ פּאָעט? דו וייסט, די וועלט דערװואַרט פון דיר יענץ וויכטיקע ווערק!
הערשעלע, יצחקל, יצחק-הערשל, וי ער פאַרצערטלט זייערע נעמען, חיים קרול, וועלכער האָט נאָך פריינד פון דער שריי- בערישער קאַװאַלעריע, אָבער יענע זענען מער פארנומען, זיי קענען זיך אזוי נישט אָפּרייסן צו קומען קיין ראַדאָנאָשטש. ראַדאָנאָשטש איז די געגנט װו כילקע קרול, חיימס גנוטער טאַטע האָט זיך באַזעצט מיט יאָרן, יאָרן צוריק און פון ראַ- דאָגאָשטש איז דער משפּחה נישט גרינג זיך צו דערווייטערן. און זי װויל זיך נישט אוועקרייסן דערפון. ווייל סיי די זון, סיי די לבנה און אויך די שטילקייט זענען אין ראַדאָנאָשטש עפּעס מער איינגן װוי אַנדערשװוּ אין דעם משונה צעשריגענעם כרך לאָדזש. אפילו היימלעכער איז די קרולס אין זייער קאַנט װי אין באַלוט. באלוט איז אן אנדערע, רוישיקערע געגנט פון שטאָט, אין פארגלייך מיט חיים קרולס קאַנט, װוּהין עס , פאר- בלאַנדזשען" --- צו מאָל װוי אויף טשיקאַװעס -- אויך די דיכ- טער-קאָלעגן פון שטאָט גופא, ס'הייסט פון דער ווייט. ס'קומען משה בראָדערזאָן מיט די גרויסע באַקנבערד, מיט דער שווע- רער, ביינערנער שפּילקע אין קראַװאַט, ס'אַװועט זיך אהער יצחק קאַצענעלסאָן מיט בעל הבתישן טראָט, א מאָל אפילו מרימ?, וי חיים רופט ליבלעך מרים אולינאָװערן. פון באַלוט איז דעם וועבער-זינגער נאָענט ישראל רובין, וועלכער האָט שפּעטער איבערגעאַנדערשט זיין דיכטער-נאָמען אויף ראַבאָן; אויך ישעיהו שפּיג? קומט צו אים פון באַלוט. שייע, װאָס איו א שטילער, בכבודיקער בחור מיט ענגליש-סענטעניש אין מויל, מיט נטיה צו מאָדערנער דיכטונג, איז נערן צו שמועסן מיט סרולן וועגן דער דאָרפישער שלווה פון די ראַדאָגאָשטשער הייזקעס. און יחזקאל משה ניימאן פון אַלטשטאָט, װאָס לינט