Original scan
Original memorial-book scan 50
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-38

46 יי אַקווטני--ליטעראַרישע פראַָפּילן

passage_481a8c27716e9d27a7b6de37
Passage 2normalized OCR · source chars 40-1585

אין רויש פון גרויסן האַנד? ביי נאַָװאָמיעיסקע, וייזט זיך צו קרולן מיטן חברישער ויכטיקייט. די ביידרע געסט פון באַלוט און אַלטשטאָט זענען מער צוריקנעצוינענע מענטשן., י, מ. ניימאַן איז אָבער א מענטש מיט אַנדערע אַמביציעס וי דער רוב קומערס. ניימאַן קלעפּט צו פּלאַסטישער קונסט, כאָטש ער איז נישט קיין מאָלער װוי איטשע ברוינער; ניימאַן שניירט זיך נאָר װי א קונסט-מפונק, ער באַלעקט זיך מיט איעדן פיי- נעם שטריך, מיט אַ פאַרבן-פלעק. און ער האָט א שפּירעװדיק אויער פאר דער מוזיק פון געמעלן וי פון דיכטונג. יחזקאל משה ניימאַן, װאָס האָט מיט טאַטע-מאַמע געוווינט אויפן אַלט- שטאָט, פלעגט וייכן פון דעם קאַנט װאָס איז באַװױינט פון המון-לייט, האָט זיך געטוליעט צו בעסערע לויטע, וי מ'פלעגט זאָגן אין לאָדזשער דייטשמעריש (געווען פון תמיד אָן א מקום פון אַ סך דייטשן, װאָס פאָניע פון פּעטערבורג פלעגט אַרױס- רופן אין אָקופּירטן צאַרישן פּולן; דייטשישע השפּעה האָט זיך דערפאַר געשפּירט אין לאָרזש אויך שפּעטער, ווען ,נאַשאַ פּאֶל- סקאַ" האָט אַלֵיין אויפגעהויבן דעם קאָפּ); ניימאַן האָט מעשה אריסטאַקראָט זיך אויסגעפיינט מיט זיין שרייבן אין ישעיהו אוגערס , לאָדזשער טאַגעבלאָט". אַן אמביציעזער געווען י. מ. ניימאַן, אים האָט געצויגן צו דער וועלט, און לסוף זיך אינ- גאַנצן אריבערגעקליבן קיין ווארשע, געװאָרן א רעדאקציע- מיטגליד אין גרויסן בלאַט ,היינט". צו חיים קרולן האָט ניימאַן געפילט א ליבע נאָענטקייט און פלעגט צו אים זיך אַראָפּכאַפּן, טיי? מאָל אויך מיט לאַזאַר קאַהאַנען, דעם רעדאק- טאָר פון , פאָלקסבלאַט", וועלכער האָט ארויסגעוויזן א תשוקה צו שיינער ליטעראטור. אנב האָט לאַזאַר קאַהאַן זיך שטאַרק געחברט מיט די לאָדזשער פּאָעטן און זיי מקרב געווען, גע-

passage_f2a8aa0064fd5719b25f16e6
Passage 3normalized OCR · source chars 1586-2813

דרוקט זייערע לידער. צו מאָל פלענט לאַזאַר קאַהאַן זיין דער אַנטדעקער פון די טאַלאַנטירטע יונגע מענטשן, װאָס זענען געקומען פון דער פארװאָרפענער אָרעמער פּוילישער פּראָוינץ. חיים קרול איז -- מחמת זיין באַזונדערקייט אין רעגיאָן פון נישט רעאַליסטישער פּאָעזיע -- נעװען א שטיק עקקאָטיק פאר לאַזאַר קאַהאַנען דעם רעדאקטאָר און ער פלעגט פון מאָל צו מאָל אויך דרוקן אין זיין צייטונג קרולס קורץ-שורה- דיקע לידער און באַלאַדעס. ער האָט זיך געהאַלטן פאר א פריינד פון דעם װועבערישן פּאָעט און אים אפילו באַזוכט. קאַהאַן האָט אין די פריע צוואנציקער יאָרן אויך צוגעטאָן א האַנט ביים אַרויסגעבן אַ מאָל אַ לידער-בוך פון אַ יידישן פּאֶָעט. מיט דעם איז לאַזאַר קאהאַן געווען דער בולטסטער קעגנזאַץ פון דעם בורזשואַזן ארויסגעבער פונעם ,לאָדזשער טאַגע- בלאַט", פון עמנוא? האמבורסקין, וועלכער איז געווען כולו אונטערנעמער. ריכטיק, האַמבורסקי האָט זיך ארומגערינגלט מיט געניטע פּען-מענטשן, מיט רעדאקטאָרן און מיטאַרבעטערס פון לאָדזש נופא וי פון ווארשע און אויך פון די אויסלאנדס. נאָך דעם וי דער באַװוּסטער ישעיהו אונער איז אוועק פון רעדאקטאָר-פּולט האָט די רעדאקציע איבערגענומען אין לאָדזשער טאַגעבלאַט" דער פיינער זשורנאליסט משה בליי" שטיפט ביי דער נאָענטער מיטאַרבעט פון אהרן אלפּערין, זלמן זילבערצווייג, יוסף לעווי (עברי), ד"ר נתן עק, אברהם לעווינ-

passage_622b16ff405d244e7e60140d
Passage 4normalized OCR · source chars 2815-3948

סאָן, יוסף טורקאָ וי אויך ד"ר אריה טאַרטאַקאָװער, ד"ר שמחוני, ד"ר ווילהעלם פאַלעק און אַנדערע. די אויסנויי- ניקסטע מיטארבעטערס פון , לאָדזשער טאַנעבלאָט? זענען געווען: ז. סענאלאָוויטש, ב. עפּלבױים, יואל מאַסטבױים (אַלע דריי פון ווארשע), דערצו א גרויסער שטאַב קאָרעספּאַנדענטן און מיטאַרבעטער פון ניו-יאָרק, פּאַריז, בערלין, ווין, בריסל, תל-אביב און בתוכם די קאַרפּנקעפּ פון דער יידישער ליטע- ראטור מענדעלע, שלום-עליכם, פּרץ, ז. אנוכי, ביאליק און אַנד. די פּראָמינענטע מיטאַרבעטערס זענען צונעצויגן געװאָרן פון משה בליישטיפט, א פעיקער יידישער און העברעישער ליטע- ראט, וועלכער האָט באזונדער זיך קונה שם געווען וי דער איבערזעצער אין יידיש און העברעיש פון הענריק שענקעווי- טשעס טרילאָגיע, פון ריימאָנטן און אנדערע שרייבער פון דער פּוילישער ליטעראטור. אנב האָט בליישטיפט װי א העברעישער פּובליציסט און איבערזעצער זיך נגעצייכנט אויך מיטן פּסעװ- דאָנים מ, עפרוני. פארשטייט זיך, אז יצחק קאַצענעלסאָן איז געווען א סטאַבילער מיטאַרבעטער פון , לאָרזשער טאַגעבלאַט", װוּ ער האָט פארעפנטלעכט פּאָעטישע שאַפונגען וי אויך רייזע-איינדרוקן, בעת משה בראָדערזאָן איזן געווען -- שפּע- טער פארבונדן --- מיטן , פאָלקסבלאַט? וי א מיטגליד פון רעדאַקציע-שטאַב.

passage_a649638ad6c2d2c70d0aae63
Passage 5normalized OCR · source chars 3950-4295

אנדערע פּאָעטן האָבן אויך פארעפנטלעכט זייערע שאַפונ- גען אין , לאָדזשער טאַנעבלאַט", אָבער חיים קרול האָט זיך בכלל געהאַלטן מן הצד פון דער צייטונג, סיידן לאַזאַר קאַהאַן האָט ביי אים , קאָנפיסקירט" א ליד און עס אָפּנעדרוקט. נו, לאַזאַר קאַהאַנס בלאט איז לפי זיין מהות געווען מער פּראָלע- /טאַריש, באַלעבאַטיש-אָרעמלעך מיט דער לייענערשאַפּט, בעת

passage_b7cd67cb812caf2e9fc755b1
Passage 6normalized OCR · source chars 4297-5545

דער , לאָדזשער טאַגעבלאַט? איז געווען אױיסגעשפּראָכן קליינ- בירגערלעך, די צייטונג פון רייכערן קלאַס סוחרים, פאַברי- קאַנטן און פּראָפּעסיאָנעלער יידישער אינטעליגענץ פון נאַציאָ- נאַל-ציוניסטישע סימפּאַטיעס. אויך די יידישע אָרטאָדאָקסיע האָט זיך געהאַלטן ביים , טאַגעבלאַט". חיים קרול איז געשטאַ- נען נאָענט צום , פאָלקסבלאַט", בפרט אז דער רעדאקטאָר האָט זיך דערקלערט פארן חסיד פון קרולס אייננאַרטיקער, אינדיווידואליסטישער ליריק. דאָס האָט אָבער נישט געמיינט אז חיים קרול זאָל נישט האָבן די פארדינטע אָנערקענונג אויך ביי די וויכטיקסטע סמיטאַרבעטערס פון בירגערלעכן ,טאַגע- בלאָט", וויי? חיים קרולן, דעם ריינראַסיקן פּאָעט האָט מען נישט געקענט נישט ליב האָבן -- פאר זיין איידלקייט, זיין שטילקייט און זיין אַריגינעלקײיט. און אָריגינעל איז חיים קרול דער פּאָעט אויך געווען אין זיין פּראָזע, וועלכע אין אויך געווען לויטערע פּאָעזיע; אמת, זיין פּראָזע אין דאָס גלייכן געווען טעמאַטיש אָפּנעגעבן -- דער יידישער אָרעמקייט, אפילו דער געננט פון זיין באַװױינטשאַפט, װאָס אין געווען באַפלאַנצט וי מיט קזשאַקלעך מיט נידעריקע, פּלאַטשיקע דע- כער און געזונקענע קוימענדלעך, אָרעמע פענצטער איבער צע-" הויקערטע טראַטואַרן. און מ'מוז זאָגן, אזן חיים קרול האָט אין זיין פּראָזע זיך ארויסגעוויזן אויך װי א ציכטיקער שיל- דערער און צייכענער פון נעשטאַלטן װי פון שטימונגען.

passage_6c9736dedf291f824a6098c2